נארט קארעא האט נעכטן גענומען אירע פראוואקאציעס צו א פרישע שטאפל ווען זיי האבן ארויסגעשיקט א מיסיל וועלכע איז געפלויגן העכער יאפאן און געברענגט שרעק און פאניק איבער א נוקלעארע אטאקע. א זאך וואס האט ווידער אויפגעברויזט די אינטערנאציאנאלע געמיינדע און געברענגט פרעזידענט טראמפ צו רעאגירן אז אמעריקע האלט אפן ״אלע מעגליכקייטן צו רעאגירן צו די אגרעסיווע אקט״ אריינגערעכנט מיליטעריש און אזוי אויך אנדערע וועלט לענדער האבן אויסגעדריקט ענליכע סענטימענטן. די מיסיל איז שוין די פערטע מיסיל פראבע אין די לעצטע פיר טעג.

די לאנגעשטרעקיגע מיסיל איז ארויסגעשאסן געווארן נעכטן ארום 5 אזייגער (6 פארטאגס אין יאפאן) און איז אריבערגעפלויגן די אינזל האקאידא ווי אמעריקע און יאפאן האבן אפגעהאלטן געמיינזאמע טרענירונגען אין די לעצטע וואכן, און דאן געלאנדן אין ים ארום 700 מייל אוועק פון די ברעגעס., די ביז יעצטיגע פראבעס זענען געווען אין די אינטערנאציאנאלע וואסערן צווישן יאפאן און נארט קארעא, און איז דאס ערשטע מאל וואס נארט קארעא שיקט א מיסיל העכער יאפאן, די ארויסשיס האט אקטיוויזירט דעם אלערט סיסטעם אין יאפאן און עס זענען ארויסגעשיקט געווארן ווארנונגען צו די איינוואוינער אינעם אינזל צו באלדיג לויפן צו די בונקערס און נעמען שוץ.

אין א עמערדשענסי סעסיע אין די פעקלער פאראיין האט דער פארשטייער פון נארט קארעא געזאגט אז זיין לאנדס שריט זענען בלויז ״זעלבס פארטיידיגונג״ צוליב די מאסיווע מיליטערישע מאנעווערעס וואס אמעריקע פירט דורך אינעם ראיאן וועלכע איז געצילט צו באדראען נארט קארעא, טייל אנאליסטן זאגן אז ווי עס שיינט איז עס נישט געווען די ארגינעלע פלאן פון נארט קארעא אז עס זאל באמערקט ווערן דורך יאפאן און צוליב די גאר ווייטע שטרעקע האבן זיי נישט געקענט פארמיידן אז עס זאל דורכפליען עפעס א יבשה.

בילד: פרישע מיסיל ארויסשיס פון נארט קארעא ברענגט שרעק און פאניק אין יאפאן



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל