א באריכט אין די ״אסאשיעטעד פרעס״ דעקט אויף אז טראץ די אנגייענדע ביטערע קריג צווישן די צענטראלע רעגירונג פון אפגאניסטאן און די טאליבאנער רעבעלן איז אבער דא א ליניע פון קאמיוניקאציע צווישן די פראקציעס. די אפגאנער רעגירונג האט באשטעטיגט אז דער נאניאנאלער זיכערהייטס דירעקטאר האלט אפ טעגליכע געשפרעכן מיט די מיליטערישע פירער פון די טאליבאן. און אזוי אויך האבן זיי אוועגעשטעלט א ביורא פון קאמיוניקאציע וואס אפערירט אין קאטאר און אין פאקיסטאן. דאס איז טראץ וואס אנגעבליך זענען שוין די שלום געשפרעכן פארענדיגט געווארן און מען האט נישט געקענט קומען צו אן אפשטימונג.
אן אנאנימער רעגירונג קוואל אין אפגאנגיסטאן האט געזאגט אז אייגנטליך זענען די געשפרעכן גאר אינטענסיוו און קען פירן צו א גענצליכע פייער אפשטעל צווישן די זייטן דורך זיך דורכקומען איבער א קאנסטיטוציע וואס וועט שענקן זעלבסטענדיגקייט פאר די טאליבאנער לעבנסשטייגער און צולייגן געוויסע איסלאמישע געזעצן. און אזוי ווילן זיי צוריקשטעלן לאנג אייגנטומערשאפט צו די נעמען פון די אייגענטומער פון פאר די אמעריקאנער אינוואזיע צוליב דעם וואס פילע לאנד איז פארכאפט געווארן דורך אומגעזעצליכע אייגענטומער וואס האבן געהאט נאנטשאפט צו די מיליטערישע פירערשאפט.
די געשפרעכן זענען גאר געהיים, אבער טאמער איז ריכטיג די באריכטן אז די געשפרעכן גייען אין א גוטן ריכטונג קען דאס דראמאטיש טוישן דעם פלאן פון פרעזידענט טראמפ פאר אפגאניסטאן און קען ברענגען צו א פרידליכע ענדע צו די 14 יעריגע קריג וואס בוזשעוועט דארט.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה