אין א אפמאך געשטיצט דורך איטאליע האט די צייטווייליגע רעגירונג אין ליביע געדינגען די הילף פון לאקאלע באוואפנטע מיליציעס זיי צו העלפן מיט׳ן צוריקהאלטן אומלגעגאלע שמוגלעריי קיין איטאליע. דאס איז די סיבה פארוואס אין די לעצטע וואכן האט זיך די צאל אריינגעשמאגלטע פליכטלונגען קיין איטאליע דראסטיש פארמינערט. די אויפדעקונג רופט ארויס אויפברויז אין ליביע צוליב דעם וואס דאס טוט פארשטערקערן די ווילדע מיליציעס און זיי באקומען צוטריט צו שעדליכע וואפן וואס זיי קענען שפעטער נוצן פאר טעראר, און אזוי אויך צוליב באריכטן אויף זייערע ברוטאלע וועגן פון צוריקהאלטן מיגראציע.

לויט די באריכטן קומען די געלטער וואס ווערן באצאלט פאר די מיליציעס דירעקט פון איטאליע און די אייראפעישע פאראיין וואס האט געהאט שוועריגקייטן וויאזוי צו באהאנדלן די פלייץ פון אימגראנטן וואס פליסן אריין פון אפריקע דורך ליביע. אין די פארגאנגענהייט האט אייראפע געהאט א ענליכע אפמאך מיט די קאדאפי רעזשים וואס האט צוריקגעשיקט פליכטלונגען קיין אפריקע און זיי נישט געלאזט אריבערשווימען דעם מיטללענדישן ים קיין איטאליע.

בילד: איטאליע שטיצט מיליציעס אין ליביע וואס האלטן צוריק פליכטלונגען



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל