ארום 130 בריטישע בירגער האבן געדארפט אנקומען צו מעדיצינישע באהאנדלונג נאכדעם וואס א מיסטעריעזע כעמישע וואלקן האט באטראפן די ים ברעגעס פון בירלינג געפ (Birling Gap), א רעזארט שטאט ארום 100 מייל פון לאנדאן. די וואלקן האט געהאט א שמעק וואס איינוואוינער האבן עס באצייכנט ווי ״פארברענטע פלאסטיק״ און עס האט געברענגט איינוואוינער צו ליידן שאדנס צו די אויגן, האלז און נאר ערנסטערע סיפטאמען וואס מען האט אנטוויקלט. הונדערטער איינוואוינער זענען עוועקיואירט געווארן פון דעם וואלקן ביז עס איז אוועקגעפארן, אבער עס בלייבט דערווייל איבער א מיסטעריע וואס די כעמישע סובסטאנץ דאס איז און פון וואנעט עס איז געקומען. עס איז דערווייל דא פארשידענע טעאריעס צווישן די וועטער עקספערטן, טייל זאגן אז עס איז נאטורליכע כעמישע רעאקציע פון זון שטראלן און קאר גאזאלין, און אנדערע לייגן עס אן אויף א שיף וועלכע איז געפארן אין די געגנט.

בילד: מיסטעריעזע כעמישע וואלקן פלאגט ענגלישע פארט שטאט

מאפע: מיסטעריעזע כעמישע וואלקן פלאגט ענגלישע פארט שטאט

בילד: מיסטעריעזע כעמישע וואלקן פלאגט ענגלישע פארט שטאט



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל