דער נייער אלגעמיינער סעקערטאר פון די פעלקער פאראיין (יו.ען.) געפונט זיך אין די טעג אויף א דיפלאמאטישע מיסיע אין מדינת ישראל. אנטאניא גוטערעז איז איינגעשוואוירן געווארן אין זיין אמט מיט ארום א יאר צוריק, און ווערט באטראכט אלס פריינט פאר מדינת ישראל, און האט פארשפראכן דורכאויס זיין באזוך צו ארבייטן פאר א מער באלאנסירטע צוגאנג אינעם פעלקער פאראיין ווען עס קומט צו מדינת ישראל. ער האט זיך געטראפן מיט די פירער פון מדינת ישראל און אויך מיט די פאלעסטינער פירערשאפט אין וועלכע ער האט ווידערהאלט אז די אינטערנאציאנאלע געמיינדע איז פארפליכטעט צו א צוויי שטאטן לעזונג און האט גערופן פאר ביידע זייטן זיך צו אומקערן צום פארהאנלדונגס טיש.

בילד: פעלקער פאראיין סעקערטאר שטאט אפ באזוך אין מדינת ישראל

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל