עס איז שווער צו פארבינדן א האריקעין צו גלאבאלע אנווארמונג, האריקעינס זענען שווער צו פאראויסשאצן און עס מאכט זיך אונטער פארשידענע קלימאטן, אבער וויסנשפאטלער צייגן אן אז גלאבאלע אנווארמונג שפילט מעגליך א באדייטנדע ראלע אין די שווערע נאכווייען פון די האריקעין און די שווערע פארפלייצונגען. דאס איז צוליב דעם וואס עס איז א געזעץ אין פיזיקס אז ווארימערע לופט האלט פיל מער פייכטקייט און דעריבער קען דאס ברענגען צו שווערערע רעגנס, יעדע צעלזיוס גראד העכער אין די קלימאט טוט ערלויבן פאר 7% מער פייכטקייט אין די לופט, וואס מאכט די רעגנס מער עקסטרעם. אזוי אויך טוען טראפישע שטורעמס ענדערש פאסירן אין ווארימע וואסערן און די וואסערן פון די גאלף אף מעקסיקא זענען בלויז אין די לעצטע צען יאר געשטיגן מיט אנדערטהאלבן גראד א זאך וואס טוט דירעקט פארבינדען דעם שטורעם צו קלימאט טויש וואס פילע גלייבן אז די גאז און אויל אינדוסטרי שפילט א דירעקטע ראלע דערין.

בילד: צו זענען די טעקסאס פארפלייצונגען פארבינדען צו קלימאט טויש?



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל