דשאן באלטאן, דער געוועזענער אמעריקאנער פעלקער פאראיין פארשטייער אונטער פרעזידעט בוש האט אנטפלעקט אין אן אפ-עד פאר די ״נעשאנעל ריוויו״ אז ער ווערט שוין נישט צוגעלאזט צום פרעזידענט. באלטאן איז געווען א שטארקער קאנדידאט פאר סעקערטערי אף סטעיט פאר פרעזידענט טראמפ און ווערט באטראכט אלס דער פירנדער אויסערן פאליסיס עקספערט צווישן די נאצינאליסטישע קאנסערוואטיוון, אין די ערשטע טעג פון די אדמינסטראציע האט מען זיך שטארק גערעכנט מיט זיין מיינונג און דער סטראטעגיסט סטיוו בענאן האט אים שטארק רעספעקטירט.

באלטאן האט פארפענטליכט זיין מיינונג איבער וויאזוי אמעריקע קען ארויסטרעטן פון די איראנער נוקלעארער אפמאך און שרייבט אז ער האט דאס געוואלט פרעזענטירן פאר׳ן פרעזידעט אבער ער איז נישט געווארן צוגעלאזט. דאס צייגט איבער די נייע וואונטן וועלכע בלאזן אין ווייסן הויז, דער נייער נאציאנאלער זיכערהייטס ראטגעבער מקמעסטער איז שטארק מעסיג מיט זיינע מיינונגען און האלט אז אמעריקע דארף זיך האלטן צו די איראן אפמאך טראץ די רעטאריק וואס דער פרעזידענט נוצט און טראץ זיינע צוזאגן ביים קאמפיין צו ארויסטרעטן דערפון.

זינט בענאן איז געפלויגן איז די מאכט פון מ׳מעסטער פארשטערקערט געווארן און ער באקומט די דעקונג פון דעם שטאב הויפט דשאן קעלי וועלכער מאכט זיכער אז נאר ער זאל האבן אן אויער ביים פרעזידענט אויף אויסערן פאליסי. די טויש אין טאן האט זיך אויך דערקענט אין די רעקאציע צו די נעכטיגע מיסיל פראבע פון נארט קארעא אין וועלכע ער האט גענוצט א פיל מער געוואויגענע שפראך ווי אין די פארגאנגענעהייט.

בילד: דראמאטישע טויש אין טראמפ אויסערן פאליסי?



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל