קוועלער נאנט צו די קושנער פארפאלק זאגן אז די צוויי פלאנען ערנסט צו אפלאזן זייערע פאזיציעס אין ווייסן הויז און זיך ארויסלאזן פון פאליטיק, אזוי זאגט א באריכט אין א פראמינענטער אמעריקאנער מאגאזין. לויט די קוועלער זענען די צוויי שטארק אנטוישט איבער די נעגאטיווע מידיע דעקונג וואס זיי באקומען, און צוליב דעם וואס זיי ווערן באשולדיגט אין אלע אקטן פונעם פרעזידענט וויבאלד זיי זענען פאמיליע און מען גלייבט אז זיי האבן מער איינפלוס ווי זיי קענען האבן אין פאקט.
לויט די באריכט קוקן זיי זיך שוין אום אויף מעגליכקייטן זיך צו אוועקציען פון וואשינגטאן ביי די ענדע פון 2018. ביידע פארמאגן פאזיציעס אלס ראטגעבער צום פרעזידענט און זענען א טייל פון די שטאב, קושנער דינט אלס אויסערן פאליטיק ראטגעבער, ספעציעל איבער מיטל מזרח און מדינת ישראל, און איוואנקע דינט אלס ראטגעבער איבער אנלעגנהייטן פון פרויען אין ארבייטספלעצער און צו העלפן עקאנאמישע פאר פרויען. און פארמאגן ביוראען אין מערב פליגל נישט ווייט פונעם אוועל אפיס.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה