א יורא איז היינט אנגעקומען צו די ווערט פון $1.20 צום ערשטן מאל זינט יאנואר 2015, און דערמיט געברענגט א אויפשטייג פון 15% קעגן דעם דאלער אין בלויז איין יאר. דאס קומט אין ליכט פון א שאצונג דורך אנאליסטן אז אמעריקע וועט מוזן הייבן די אינטרעסט ראטע אין די נאנטע צוקונפט, צוליב האריקעין הארוויי און אירע מאסיווע פינאנציעלע נאכווייען און אזוי אויך די נאכאנאנדיגע געפאר פון נארט קארעא וועלכע טוען ביישטייערן צו די שוואכקייט פונעם דאלער. אבער אויך צוליב א שטארקייט וואס דער יורא האט באקומען צוליב די פארבעסערונג אין די עקאנאמיע אינעם יורא-זאנע און גאר אפטימיסטישע שאצונגען פון עקאנאמיסטן איבער די צוקונפט פון די אייראפעישע עקאנאמיע. די בריטישע שטערלינג פונט איז אויך שטארק געפאלן און שטייט יעצט ביי 1.29 קעגן דעם דאלער, און בלויז 1.075 קעגן דעם יורא.

בילד: שטארקייט פון יורא איבער׳ן דאלער גרייכט 18 מאנאטיגע קלימאקס



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל