וואשינגטאן – ביי א פרעסע קאנפערענץ וואס פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אפגעהאלטן אינאיינעם מיט'ן פירער פון פינלאנד, האט ער פארטיידיגט זיין באשלוס צו שענקען א פארדאן פאר'ן קאנטראווערסיאלן געוועזענעם אריזאנע שעריף, דזשאו ארפייא, זאגנדיג אז אנדערע פרעזידענטן האבן אויך פארדאנירט קאנטראווערסיאלע פיגורן, אריינגערעכנט ביל קלינטאן'ס פארדאן פאר'ן קרימינאלן פארשוין מארק ריטש, און פרעזידענט אבאמא'ס טורמע-טערמין פארקירצונג פאר'ן זעלנער מענינג, וועלכער איז געפונען געווארן שולדיג אין ארויסליעקן דאקומענטן פאר וויקיליעקס. טראמפ'ס פארטיידיגונג קומט אין דער זעלבער צייט וואס מ'האט געהערט פון ארפייא זעלבסט אז ער קלערט צו לויפן פאר א פאליטישן אמט, מעגליך זיך ארויסצושטעלן אלס קעגנער צום רעפובליקאנער אריזאנע סענאטאר דזשעף פלעיק, וועלכער איז א באקאנטער קריטיקירער פון פרעזידענט טראמפ.

בילד: טראמפ פארטיידיגט ארפייא פארדאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל