ניו יארק – אויטאריטעטן אין אפסטעיט ניו יארק האבן אפגערופן פלענער צו האבן א ספעציעלן אויסלייג פון א טיש וואס איז גענוצט געווארן צו שרייבן דורכן נאצישן ארכי-מערדער און צורר היהודים אדאלף היטלער ימח שמו וזכרו. דער טיש האט געדארפט ארויסגעשטעלט ווערן ביי א וואפנס פארשטעלונג אין סאראטאגא ספרינגס, ניו יארק, וואס הייבט זיך אן די וואך שבת, למספרם סעפטעמבער 2, אבער די פלענער זענען אפגערופן געווארן אין ליכט פון דעם שטורעם ארום דעם נעא-נאצישן ראלי אין שארלוטסוויל, ווירדזשיניע א פאר וואכן צוריק, וואס האט אויפגעוועקט פרישע סענסיטיוויטעט ארום נעא-נאציזם און היטלער ימ"ש. דער ארגאניזירער פון דער וואפנס פארשטעלונג זאגט אז טראץ וואס דער טיש וועט טאקע נישט זיין קיין טייל פון דער פארשטעלונג, וועט אבער דער טיש יא ארויסגעשטעלט ווערן אויף ליציטאציע אין אהייא אין עטליכע וואכן ארום, אינאיינעם מיט אנדערע היסטארישע ארטיקלען וואס האבן באלאנגט פאר הויכראנגיקע נאציס ימ"ש.

בילד: שטורעם איבער טיש פון היטלער ימ"ש

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל