פאריז – מער אינפארמאציע איז ארויסגעקומען איבער דעם שוידערליכן מארד וואס האט פאסירט אין פראנקרייך מיט 5 חדשים צוריק, וואו א מוסולמענער טעראריסט האט דערמארדעט די אידישע פרוי שרה חאלימי הי"ד. לויט דעם פאליצייאישן באריכט, האט קאבילי'ס פאמיליע זיך אויפגעוועקט אינמיטן דער נאכט און געהערט ווי ער מאכט שרעקליכע קולות. מורא האבנדיג אז ער גייט עפעס טאן ווילד, האבן זיי זיך איינגעשפארט אין זייערע צימערן, און דאן איז קאבילי ארויסגעשפרונגען פון זיין פענסטער, געקראכן דורך דער דרויסנדיגער וואנט פון דער געביידע און אריינגעשפרונגען אין דער דירה פון מרת שרה חאלימי, וועלכע האט זיך געפונען אויפ'ן זעלבן שטאק. די טראורא פאמיליע האט אלארמירט די פאליציי איבער זיין ווילדע באנעמונג און איבערגעגעבן די פאליציי אז ער געפינט זיך אין דער דירה פון דער אידישער פרוי. די פאליציי האט פונדרויסן געהערט ווי ער פייניגט די פרוי אויף א שרעקליכן פארנעם, אבער ווען זיי האבן אויפגעבראכן די טיר, איז שוין ליידער געווען צו שפעט.

די אויספארשער ווילן דערגיין פארוואס די פאליציי האבן נישט געשטורעמט די דירה שנעלער, זאפארט ווי זיי האבן געהערט ווי ער פייניגט די אידישע פרוי, וואס דאן וואלטן זיי נאך אפשר געהאט א שאנס צו ראטעווען איר לעבן.

בילד: פרישע דעטאלן איבער שרה חאלימי'ס מארד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל