בערלין – פאליציי אין דייטשלאנד זענען נעכטן איבערגעפאלן די היימען און ארבעטס-פלעצער פון צוויי פארשוינען וועלכע ווערן פארדעכטיגט אין האבן פלאנירט צו קידנעפן און אומברענגען עטליכע לינקע פאליטישאנס אין לאנד. די צוויי ארעסטירטע, וואס איינער פון זיי איז א פאליציי אפיציר, ווערן באצייכנט אלס עקסטרעם-רעכטע מיליטאנטן, און זיי האבן גערעדט צווישן זיך אז דייטשלאנד'ס אימיגראציע פאליסי, און די לעצטיגע פלייץ פון פליטים פון סיריע און אנדערע לענדער, ברענגען אן ערנסטע פראבלעם פאר'ן צוקונפט פון לאנד, האבן זיי אנגעהויבן זאמלען עסנווארג און וואפנס אין פאל כאאס ברעכט אויס, און זיי האבן אויך פלאנירט אטאקעס און קידנעפינגס אויף פאליטישאנס וועלכע שטיצן אריינצונעמען מער פליכטלונגען. די צוויי האבן שוין אויך געהאט פונקטליכע ליסטעס פון וועלכע פאליטישאנס זיי וועלן צילן. דייטשע פראקורארן האבן אבער געזאגט, אז די צוויי זענען דערווייל נישט ארעסטירט געווארן, און מען האלט נאך פארלייפיג ביי די אויספארשונג פאזעס.

בילד: פלאן צו קידנעפן דייטשע פאליטישאנס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל