מומביי – דער אינדישער אויסערן מיניסטער האט נעכטן געזאגט, אז די רעגירונגען פון אינדיע און כינע זענען געקומען צו א פארשטענדעניש, און זיי זענען גרייט צו ברענגען אן ענדע צו דער מיליטערישער אנגעצויגנקייט, וואס הערשט צווישן די צוויי לענדער שוין פאר מער ווי 2 מאנאטן. דער קריזיס האט זיך אנטוויקלט ארום א ריזיגע טעריטאריע פון הימאלייען בערג, וועלכע לויפט נעבן דער קליינער קעניגרייך פון "בוטאן", און אינדיע און כינע שלאגן זיך שוין יארן ארום איבער ווער ס'וועט האבן מער איינפלוס אויף בוטאן, מיט כינע עפנטליך פרובירנדיג אז בוטאן זאל זיך אונטערווארפן אונטער איר רעגירונג. אינדיע און כינע טיילן מיט א גרעניץ וועלכע לויפט מער ווי צוויי טויזנט מייל, און ריזיגע שטיקער פונעם גרעניץ ראיאן זענען אונטער פראגע-צייכן פאר וועמען עס באלאנגט. די יעצטיגע אנגעצויגנקייט האט דערגרייכט צו א גאר ערנסטן שטאפל, מיט א ווארענונג פון כינע אז דאס כינעזער מיליטער איז גוט אויסגעשטאט צו פארטיידיגן כינעזער טעריטאריע. ביידע לענדער האבן נעכטן געזאגט אז זיי וועלן ארויסציען זייערע זעלנער פונעם ראיאן.

בילד: אינדיע און כינע שליכטן אנגעצויגנקייט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל