טאקיא – זינט עס האט זיך אנגעהויבן דער פרישער קריזיס מיט צפון קארעא עטליכע וואכן צוריק, האט נעכטן דאס ערשטע מאל פאסירט אן אינצידענט וואס איז געקומען די נענטסטע צו א וועלט קריג. דאס האט פאסירט נאכמיטאג, ווען ס'איז געקומען אן אלערט אז צפון קארעא האט ווידעראמאל ארויסגעשאסן א מיסיל, אבער אנדערש ווי די לעצטערע פאר מאל ווען זיי האבן דורכגעפירט א מיסיל טעסט, האט מען געהערט אז די יאפאנעזער רעגירונג האט ארויסגעשיקט א דראמאטישע ווארענונג פאר אלע איינוואוינער אין צפון פון לאנד, אז זיי זאלן זיך גיין באהאלטן און אריינלויפן אין די בונקערס, ווער עס האט, נאכדעם וואס מען האט אויפגעכאפט אז דער ארויסגעשאסענער מיסיל, קומט אין ריכטונג פון יאפאן. למעשה איז דער מיסיל בלויז דורכגעפלויגן העכער יאפאן, ספעציפיש העכער'ן האקאאידא אינזל, און האט דערנאך געלאנדעט אין וואסער נעבן יאפאן.

דאס לעצטע מאל וואס צפון קארעא האט געשאסן א מיסיל העכער יאפאן, איז געווען אין יאר 998', אבער דאן זענען די באציאונגען געווען פיל רואיגער.

בילד: יאפאן אין צפון קארעא מיסיל שרעק

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל