וואשינגטאן – נעכטן האט קענעט פרעיזשער, דער טשעירמאן און הויפט עקזעקוטיוו פון דער פארמאסוטיקל פירמע "מערק", געמאלדן אז ער רעזיגנירט פון זיין פאזיציע אלס מיטגליד פון פרעזידענט טראמפ'ס מאנופעקטשורינג קאונסיל. פרעיזשער האט אין א סטעיטמענט געזאגט אז ער רעזיגנירט פונעם קאונסיל צוליב וואס ער האלט אז דער פרעזידענט האט נישט גענוג שארף פארדאמט די ווייסע נאציאנאליסטן וועלכע האבן דורכגעפירט דעם מארש שבת אין שארלוטסוויל און דערנאך די קאר אטאקע פון וועלכן איינער איז אומגעקומען און צוואנציג אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן. פרעיזשער זאגט אז ער שפירט ווי ס'איז זיין אויפגאבע צו נעמען א שטייפע שטעלונג און מאכן א שארפן סטעיטמענט קעגן דעם פרעזידענט'ס אומוויליגקייט שארף צו פארדאמען די ווייסע נאציאנאליסטן, און ער האפט דאס צו עררייכן מיט זיין רעזיגנאציע. פרעזידענט טראמפ האט רעאגירט אין א מעסעדזש אויף טוויטער צו פרעיזשער'ס רעזיגנאציע, אפלאכנדיג פונעם שריט און געשריבן "יעצט אז קענעט פרעיזשער פון מערק פארמא האט רעזיגנירט פונעם פרעזידענט'ס מאנופעקטשורינג קאונסיל, וועט ער האבן מער צייט צו נידערן די שרעקליכע מעדיצין פרייזן!", מיינענדיג דערמיט צו אטאקירן דאס וואס "מערק" ווערט באשולדיגט אין ארויפשרויפן די פרייזן פון לעבנס-וויכטיגע מעדיצינען, וואס א הויפט אישו פאר טראמפ איז צו נידערן מעדיצין פרייזן אין אמעריקע.

בילד: רעזיגנאציע פון טראמפ מאנופעקטשורינג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל