בילד: דזשאן מעקעין

וואשינגטאן – די דעמאקראטן אין וואשינגטאן און איבער'ן לאנד האבן זיך זייער געפריידט ווען דער רעפובליקאנער אריזאנע סענאטאר דזשאן מעקעין האט צענישט געמאכט די לעצטע האפענונג וואס די רעפובליקאנער אינעם סענאט האבן דאן געהאט אפצושאפן אבאמאקעיר, און יעצט צייגט אן אנקעטע אז מעקעין איז היינט צוטאגס מער פאפולער ביי דעמאקראטישע וויילער ווי ביי רעפובליקאנער. די נייע "גאלאפ" אנקעטע צייגט אז בלויז 51 פראצענט רעפובליקאנער האבן א פאזיטיוון בליק אויף מעקעין, וועלכער גייט יעצט אריבער באהאנדלונג פאר זיין מח קענסער מיט וועלכע ער איז דיאגנאזירט געווארן עטליכע וואכן צוריק. אין דער זעלבער צייט זאגן 71 פראצענט דעמאקראטן אז זיי האבן א פאזיטיוון בליק אויף אים. צוריקקוקנדיג אין די לעצטערע יארן, זעט מען אז ס'איז אינגאנצן געווען איין פאליטישאן וועלכער איז געווען מער פאפולער ביי דער קעגנערישער פארטיי, און דאס איז געווען דער דעמאלטדיגער דעמאקראטישער סענאטאר דזשאו ליבערמאן אין 06', וועלכער איז געווען באליבט ביי די רעפובליקאנער פאר'ן שטיצן ווייטער די קריג אין איראק, און דעריבער פארפיינטעט ביי די דעמאקראטן.

בילד: דזשאן מעקעין, די דעמאקראטן'ס ליבלינג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל