ווירדזשיניע – די אידישע געמיינדע אין שארלוטסוויל, ווירדזשיניע זאגט אז צום ערשטן מאל אין זייער היסטאריע האבן זיי געדונגען זיכערהייט וועכטער, נאך איידער דעם פראטעסט וואס ווייסע נאציאנאליסטן האבן אפגעהאלטן אין דער שטאט, וועלכע האט זיך געענדיגט מיט א ברוטאלער קאר טעראר אטאקע אויף א גרופע וועלכע האבן פראטעסטירט קעגן די נאציאנאליסטן. טאם גיטערס, דער פירער פון די קאנגרעגעישאן בית ישראל אין שארלוטסוויל, זאגט אז אין די טעג בעפאר דעם געפלאנטן מארש דורך די נאציאנאליסטן האבן די לאקאלע אידן איינגעזען אז ס'איז זיי וויכטיג צו דינגען זיכערהייט וועכטער צו שטיין פארנט פון די שוהלן און אנדערע פראמינענטע אידישע געביידעס, וויסנדיג אז די געביידעס וועלן זיין א מעגליכע ציל פון די נאציאנאליסטן. גיטערס זאגט אז מען האט ב"ה נישט געזען קיין דירעקטע אטאקעס אויף אידישע צילן אין לויף פון די אומרוען און געוואלדטאטן אין שארלוטסוויל שבת, אבער ער האט יא אויסגעדרוקט שאק איבער די בילדער וועלכע האבן געצייגט וויאזוי געוויסע מארשירער מאכן נאצי סאלוטירונגען מיט די הענט און שרייען "הייל טראמפ".

בילד: שארלוטסוויל אידן דינגען זיכערהייט וועכטער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל