ברוקלין – א 23 יעריגער ארטאדאקסישער איד איז פאטאל געשטאכן געווארן צום טויט ה"י, און זיין ברודער איז פארוואונדעט געווארן, דורך א פארשוין וועלכער האט געברויזט איבער א פארקינג געפעכט. די טראגעדיע האט פאסירט 11:30 זונטאג נאכט אויף דער איסט 73'סטער גאס נעבן עוועניו עם אין דער בערגען ביעטש געגנט אין ברוקלין, וואו דער פריוואטער פארקינג לאט פון די אידישע משפחת דאהאן הי"ו איז געווען בלאקירט דורך א קאר, און די צוויי ברידער האבן פרובירט צו דערגיין פאר וועמען ס'באלאנגט דער קאר, ווען פלוצלינג זענען די צוויי אייגנטימער צוריקגעקומען. א געפעכט האט אויסגעבראכן, און איינער פון די 2 פארשוינען האט ארויסגענומען א מעסער און געשטאכן ביידע אידן. אומארי דאהאן ע"ה, 23 יאר אלט, איז געשטאכן געווארן אינעם ברוסט-קאסטן און איז אפגעפירט געווארן אין איילעניש צום בית ישראל שפיטאל, וואו ער איז נעבעך געשטארבן פון זיינע וואונדן, און דער ברודער איז באהאנדלט געווארן פאר א שטעך-וואונד אין זיין האנט און דערווארט א פולקאמע ערהוילונג. די פאליציי זאגן אז די צוויי פארשוינען זענען אנטלאפן פון דער סצענע און זיי האבן ארעסטירט איינעם. "מתעסקים" האט געזאגט אז זיי האפן אז דער מעדיקל עקזעמינאר וועט ארויסגעבן אומארי'ס קערפער ווי אמשנעלסטן, און די לוי' וועט פארקומען אין ברוקלין און דערנאך וועט דער ארון געפירט ווערן קיין ארץ ישראל לקבורה.

בילד: איד קאלטבלוטיג דערמארדעט אין ברוקלין

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל