איסלאמאבאד – אין די יעצטיגע טעג ווערט אפגעצייכנט גענוי זיבעציג יאר פון ווען אינדיע איז געווארן זעלבסטשטענדיג פון דער בריטישער אימפעריע, און אינדיע איז דאן צעטיילט געווארן אין צוויי לענדער, וואס זענען היינט צוטאגס באקאנט אלס אינדיע און פאקיסטאן. די צעטיילונג און דאס איינטיילן גרעניצן האט געדויערט לאנגע לאנגע מאנאטן, אויסרייסנדיג פופצן מיליאן מענטשן פון זייערע אריגינעלע היימען, וואס ביז היינט ווערט דאס באטראכט אלס די גרעסטע עמיגראציע פון מענטשן אין היסטאריע. די צעטיילונג איז אויך געווען גאר ברוטאל און בלוטיג, ארייננעמענדיג אומצאליגע קאמפן וועלכע האט געקאסט די לעבנס פון צוויי מיליאן מענטשן, און ביז'ן היינטיגן טאג זענען נאכנישט געלעזט פארשידענע קאנפליקטן איבער'ן גרעניץ צווישן די צוויי לענדער, הויפטזעכטליך פאר וועמען עס באלאנגט דער קאשמיר ראיאן. לויט דער טראדיציע, האט אינדיע נעכטן אפגעצייכנט זייער "זעלבסטשטענדיגקייט טאג", האט דער אינדישער אויסערן מיניסטער באקומען א באגריסונג טעלעפאן רוף פונעם אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט רעקס טילערסאן, אבער פאקיסטאן צייכנט אייביג אפ א טאג שפעטער, וואס דאס הייסט אז זיי וועלן היינט אפצייכענען זייער "זעלבסטשטענדיגקייט טאג".

בילד: אינדיע און פאקיסטאן, 70 יאר שפעטער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל