סעאל – די אנגעצויגנקייט וואס האט געהערשט אין לויף פון דער לעצטער וואך איבער א מעגליכער באלדיגער קריג צווישן צפון קארעא און די פאראייניגטע שטאטן, האט עטוואס נאכגעלאזט נעכטן, ווען מ'האט געהערט ביידע זייטן בארואיגן די רעטאריק און ס'זענען מער נישט געפלויגן קיין ווילדע סטראשונקעס און סטעיטמענטס צווישן דעם צפון קארעא פירער קים יאנג אן און דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ. דרום קארעא'ס פרעזידענט מון דזשאי-אין האט געזאגט, אז דאס לעזן דעם פראבלעם פון צפון קארעא'ס נוקלעארע וואפנס וועט נאר עררייכט ווערן אויף א רואיגן פארנעם מיט דיפלאמאטיע און געשפרעכן, און מען האט טאקע באלד געזען אז די גלאבאלע מארקעטס האבן רעאגירט פאזיטיוו צום אפשטעל פון דער שארפער מלחמה רעטאריק, ווען זיי האבן זיך היפש געהויבן נעכטן, נאך עטליכע טעג שווערע פארלוסטן. דער אמעריקאנער סי-איי-עי דירעקטאר מייק פאמפעיא האט געזאגט אז צפון קארעא וועט מעגליך אין די נאענטע טעג דורכפירן א פרישן מיסיל טעסט, אבער ער האט אוועקגעמאכט זארגן אז מען שטייט ביים שוועל פון א נוקלעארער קריג.

בילד: צפון קארעא אנגעצויגנקייט פארלייכטערט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל