וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געגעבן א רעדע אין וועלכע ער האט פארדאמט מיט די שארפסטע ווערטער די ווייסע נאציאנאליסטן און ראסיסטן וועלכע האבן אונטערגעהעצט בלוטיגע דעמאנסטראציעס אין שארלוטסוויל, ווירדזשיניע פארלאפענעם שבת, וועלכע האט זיך געענדיגט מיט א ווילדער קאר אטאקע וואס האט געקאסט דאס לעבן פון איין פרוי און האט פארוואונדעט צענדליגער אנדערע.

"ראסיזם איז שלעכטס", האט דער פרעזידענט געזאגט אין קאטעגארישע ווערטער ביי א קורצער רעדע אין ווייסן הויז, "און די וועלכע ברענגען געוואלדטאטן אינעם נאמען פון ראסיזם, זענען קרימינאלן און באנדיטן, אריינגערעכנט די קו קלוקס קלען, נעא-נאציס, ווייסע סופרעמיסיסטן און אנדערע האס גרופעס וועלכע זענען שאנדפול צו יעדער ווירדע וואס מיר האלטן טייער אלס אמעריקאנער בירגער".

אין א באזונדערן אויפטריט, האט אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס געזאגט אז די קאר אטאקע אין ווירדזשיניע קען לעגאל באצייכנט ווערן אלס אן אקט פון "דאמעסטישער טעראריזם", וואס עקספערטן האבן אנגעצייגט אז דאס איז זייער שנעל נאך אזא אטאקע אז די פעדעראלע יוסטיץ באאמטע זאלן דערקלערן קלאר און פונקטליך וואס די מאטיוון אונטער דעם איז געווען, און דער שריט איז באגריסט געווארן.

דער דאמעסטישער טעראריסט און ראסיסט, דזשעימס פיעלדס, וועלכער האט דורכגעפירט די קאר אטאקע, איז נעכטן אויך צום ערשטן מאל ערשינען אין געריכט, וואו ער האט געהאט א בלעכענעם אויסדרוק אויפ'ן געזיכט און בלויז געענטפערט טרוקענע "יא" און "ניין" ענטפערס צום ריכטער'ס פראגעס. דער ריכטער האט געשטעלט א פובליק לאיער פאר פיעלדס, און ער האט דערקלערט אז פיעלדס וועט נישט האבן קיין שאנס צו גיין פריי אויף בעיל.

בילד: פרעזידענט טראמפ פארדאמט שארף ראסיזם, נעא-נאציס און סופּרעמיסיסטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל