אקלעהאמע – אן אקלעהאמע מאן איז ארעסטירט געווארן נאכדעם וואס ער האט פלאנירט דורכצופירן אן אויפרייס אויף א געביידע פון דער "אקלעהאמע סיטי" באנק, אלס טייל פון אן אנטי-רעגירונג פלאן. עף-בי-איי אגענטן האבן ארעסטירט דעם 23 יעריגן דזשערי ווארנעל, נאך דער ענדע פון א לענגערער אויספארשונג וואס האט אריינגענומען באהאלטענע פעדעראלע אגענטן, וועלכע האבן זיך פארשטעלט ווי אנטי-רעגירונג אקטיוויסטן, וואס האבן מיטגעארבעט מיט ווארנעל, וועלכער האט געזאגט אז ער וויל בויען א טויזנט פונטיגע באמבע און עס אויפרייסן אין א פובליק געביידע, ענליך צו דער אטאקע וואס טימאטי מעקוועי האט דורכגעפירט אין 995' אויף א פעדעראלער געביידע אין אקלעהאמע סיטי, פון וועלכע 168 זענען אומגעקומען. דער ארעסט אויף ווארנעל איז דורכגעפירט געווארן נאכדעם וואס ער איז געגאנגען אזוי ווייט ווי אנרופן א סעלפאן, וואס די פארשטעלטע אגענטן האבן אים געהאט איינגערעדט אז ווי נאר ער רופט עס אן וועט עס ברענגען אז די באמבע זאל עקספלאדירן. פעדעראלע פראקורארן האבן באצייכנט דעם ארעסט אלס די ענדע פון א לאנגער "דאמעסטישע טעראריזם" אויספארשונג, אבער דערווייל איז נישט קלאר צי ווארנעל האט געהאט אנדערע מיטארבעטער און קאלאבארירער, אויסער די פארשטעלטע פעדעראלע אגענטן.

בילד: אנטי-רעגירונג באמבע פלאן צעשטערט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל