ניו יארק – על טשאפא גוזמאן, דער טרויעריג-בארימטער מעקסיקאנער דראג באנדע פירער וועלכער זיצט ארעסטירט אין ניו יארק, ווארטנדיג אויף זיין פראצעס, האט זיך איינגעהאנדלט נייע לאיערס, אבער דערווייל איז נישט קלאר צי ער וועט זיי קענען באצאלן. איינער פון די נייע לאיערס איז דזשעפרי ליכטמאן, וועלכער איז געווארן באקאנט איבער'ן לאנד נאכדעם וואס ער האט רעפרעזענטירט דעם מאפיאנער דזשאן גאטי דזשוניאר אין געריכט, און ליכטמאן האט נעכטן געזאגט אין א סטעיטמענט אז על טשאפא וועט ערלויבט ווערן זיך צו טרעפן מיט זיינס א פאמיליע מיטגליד, און ער וועט מיט יענעם דיסקוסירן א וועג וויאזוי צו באצאלן פאר די לאיערס. על טשאפא האט גרויסע געלטער, אין פארשידענע בענק און אנדערע קאנטעס איבער דער וועלט, פון זיינע גרויסע פארדינסטן זייענדיג אין שפיץ פון א מאסיווע דראג שמוגלעריי באנדע פאר לאנגע יארן, אבער די אמעריקאנער אויטאריטעטן וועלן מעגליך קאנפיסקירן די געלטער ווי נאר עס ווערט טראנספערירט צו די אקאונטס פון ליכטמאן און די אנדערע לאיערס. דער פעדעראלער ריכטער ברייען קאוגען אין ניו יארק האט דעריבער דערווייל נישט ערלויבט ליכטמאן צו ווערן אפיציעל על טשאפא'ס לאיער, ווילאנג די געלט אישו ווערט מסודר.

בילד: על טשאפא גוזמאן האט נייע לאיערס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל