נעוואדא – דער בריטישער טעכנאלאגיע פארשער וועלכער האט באוויזן אפצושטעלן די קאטאסטראפאלע "וואנאקריי" סייבער אטאקע וועלכע האט באטראפן עטליכע אייראפעאישע לענדער מיט עטליכע מאנאטן צוריק, האט נעכטן זיך דערקלערט אומשולדיג אויף אנדערע אומפארבינדעטע סייבער קלאגעס. די "וואנאקריי" וויירוס סייבער אטאקע האט אפעקטירט אמווייניגסטנס א פערטל מיליאן קאמפיוטערס איבער דער וועלט, און דער בריטישער פארשער מארקוס האטשינס איז געווען דער וואס האט באוויזן צו אנטדעקן א וועג וויאזוי אפצושטעלן די "וואנאקריי" אטאקע, וואס ווען נישט זיין שריט, וואלט דאס געקענט אפעקטירן מיליאנען קאמפיוטערס פון איבער דער וועלט.

האטשינס איז ארעסטירט געווארן ביים לאנדן אין לאס וועגאס מיט צוויי וואכן צוריק, איבער זיין ראלע אין פארשפרייטן די "קראנאס" פראגראם וועלכע איז אויך געמאכט צו סייבער אטאקירן קאמפיוטערס און רויבן באנק אקאונט אינפארמאציע. זיינע לאיערס זאגן אז ער האט געהאלפן אנטוויקלען די קראנאס פראגראם מיט'ן ציל אויפמערקזאם צו מאכן פאר בענק און ביזנעסער איבער שוואכקייטן אין זייערע קאמפיוטער סיסטעמען, אבער נישט צו בארויבן מענטשן.

בילד: וואנאקריי רעטער דערקלערט זיך אומשולדיג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל