ניו יארק – רעפובליקאנער סטעיט סענאטארן און אסעמבלי מיטגלידער האבן זיך ארויסגעשטעלט צו קריטיקירן א פלאן פון ניו יארק גאווערנאר קאומא צו באלייכטן אלע ניו יארקער בריקן מיט נייע פארגעשריטענע לעקטערס. קאומאו'ס פלאן רופט ארויפצושטעלן נייע "על אי די" לעמפלעך אויף אלע בריקן, וואס די לעמפלעך וועלן קאנטראלירט ווערן דורך א קאמפיוטער סיסטעם, און עס וועט באשיינען די סטעיט. א שאצונג צייגט אז דער פראיעקט וועט קאסטן צווישן 216 און 350 מיליאן דאלאר, און די רעפובליקאנער סטעיט געזעצגעבער זאגן אז ס'איז נישט דער בעסטער באנוץ פון פובליק געלטער. גאווערנאר קאומא צייגט אן אויף עטליכע אנדערע שטעט אין די סטעיטס פון קאליפארניע, טענעסי און ארקענסא וועלכע האבן אינסטאלירט די פארגעשריטענע שיינע לעמפלעך אויף זייערע בריקן און דאס האט אריינגעברענגט א פרישן פלייץ פון טוריזם צו די סטעיטס, אבער די רעפובליקאנער זאגן אז אין יענע סטעיטס זענען די לעמפלעך פראיעקטן פינאנצירט געווארן דורך פובליק פאנדרעיזינג קאמפיינס אדער פילאנטראפישע ביישטייערונגען, און דא וויל קאומא ארויסנעמען דאס געלט פון דער רעגירונגס-קאסע.

בילד: קעגנערשאפט צו קאומא'ס בריק-לעמפלעך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל