צאנא – די יו-ען "וועלט געזונטהייט ארגאניזאציע" זאגט אז מער ווי א האלב מיליאן מענטשן אין תימן זענען שוין אינפעקטירט געווארן מיט דער כאלערא קרענק, זינט די יעצטיגע עפידעמיע האט זיך אנגעהויבן בערך 4 חדשים צוריק, און נאענט צו צוויי טויזנט מענטשן זענען שוין געשטארבן. יעדן איינציגן טאג ווערן נאך 5 טויזנט תימנ'ער בירגער אינפעקטירט מיט דער קרענק, וועלכע פארשפרייט זיך דורכ'ן פובליק וואסער סופליי און ברענגט ערנסטע, און צומאל, טויטליכע סימפטאמען. די כאלערא קרענק איז שוין אויסגעראטן געווארן יארן צוריק פון רוב אנטוויקלטע לענדער, אריינגערעכנט תימן, אבער די אנגייענדיגע בירגער קריג אין לאנד, וואו דאס סאודיער מיליטער באמבארדירט פון איין זייט און די איראנער-געשטיצטע באוואפנטע באנדעס באמבארדירן פון דער אנדערער זייט, האט געברענגט אז מיליאנען תימנ'ער בירגער זאלן אנטלויפן פון זייערע הייזער און נישט האבן קיין צוטריט צו ריינע וואסער סופליי און צו געהעריג-פונקציאנירנדע מיסט-זאמלונג. די יו-ען זאגט אז 30,000 תימנ'ער רעגירונג איינגעשטעלטע, וועלכע זענען ספעציעל געמאכט פאר אזעלכע עפידעמיעס, האבן שוין נישט באקומען קיין געהעלטער כמעט א יאר, און דעריבער אפעלירט די יו-ען צו וועלט'ס לענדער פאר פרישע געלטער.

בילד: ערנסטער כאלערא אויסברוך אין תימן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל