פלארידע – אן אינטערעסאנטער ארטיקל, וואס דער פארשער דען לואיס האט פארעפנטליכט מיט עטליכע טעג צוריק, דערציילט די געשיכטע פון א לופטפעלד אין אמעריקע וועלכע איז נישט געבויעט געווארן, אבער דער גאנצער פלאן פון בויען דעם לופטפעלד איז געווען אז מ'זאל עס בכלל נישט נוצן. אין לויף פון די 960'ער און 970'ער יארן, האט זיך אמעריקע געפלאגט מיט אומצאליגע היידזשעקינגס פון פליגערס, ווען מענטשן האבן געזוכט צו פליען קיין קובא, וואס באציאונגען צווישן קובא און אמעריקע זענען געווען איינגעפרוירן, און די איינציגסטע וועג צו האבן אן אומזיסטיגע פלי רייזע אהין, איז געווען צו היידזשעקן א פליגער. יענע יארן האט מען גרינג געקענט ארויפשמוגלען א וואפן אויף פליגערס, אבער 90 פראצענט היידזשעקינגס האבן זיך געענדיגט פרידליך – דער פליגער האט געלאנדעט אין האוואנא, קובא, אראפגעלאזט דעם היידזשעקער, און דערנאך זיך געהויבן און צוריקגעפלויגן קיין אמעריקע און געפארן צו דער באשטימטער דעסטינאציע. פארט אבער האבן די פעדעראלע אויטאריטעטן געוואלט פטור ווערן פון די היידזשעקינגס, איז געווען איין פלאן צו בויען א פאלשע לופטפעלד אין פלארידע, וואס מען וועט עס מאכן אויסזען פונקטליך ווי דער לופטפעלד אין האוואנא, קובא, און ווען א פליגער וועט געהיידזשעקט ווערן, וועלן די פילאטן זיך מאכן ווי גלייך זיי פאלגן אויס דעם היידזשעקער און וועלן לאנדן אינעם פאלשן לופטפעלד, וואו דער היידזשעקער וועט אראפגיין, קלערנדיג אז ער איז אין קובא, און ער וועט דארטן ארעסטירט ווערן. דער פלאן איז געווען געניאל, אבער ס'איז נישט אויסגעפירט געווארן, ווייל די פעדעראלע אוויאציע אויטאריטעטן זענען געקומען צום אויספיר אז ס'וואלט געקאסט צופיל געלט.

בילד: א לופטפעלד אפצושטעלן היידזשעקינגס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל