גוישען. — די פאָרגעשלאָגענע 500 מיליאָן דאָלער "לעגאָלאַנד ניו יאָרק" פּאַרק איז געגאַנגען נאָך אַ טריט נענטער צו די ענדגילטיגע באַשטעטיגונגען, ווען די טאַון פּלענינג–באָורד האָט דעם פאַרגאַנגענעם דאָנערשטאָג באַשטעטיגונג די "פיינדינג סטעיטמענט" (עף–עס), וואָס ענדיגט די באָורד'ס ענווייראָמענטאַלע איבערזיכט.

דאָס פאַרענדיגן די "עף–עס" שטעלט פאָר אַ וויכטיגע טריט פאָראויס אונטער ניו יאָרק סטעיט'ס "ענווייראָמענטאַל קוואַליטי ריוויו עקט". "לעגאָלענד" וויל בויען איר 150 – עיקער פּאַרק אויף אַ 522 –עיקער באָדן נעבן הערימען דרייוו ביי רוט– 17 עקסיט– 125 . עס ווערט ערוואַרט אַז זי וועט ציען צווישן 1.50 און 2.5 מיליאָן באַזוכער פּער יאָר.

נאָך די דאָנערשטאָג אָפּשטימונג, וועט די קומענדיגע שריט זיין געוואָנדן אין די טאַון–באָורד, וועלכע מוזן באַשטעטיגן די זאָונינג ענדערונגען. דעריבער וועלן די "לעגאָלענד" פאָרשלאגן מוזן צוריקגיין צו די פּלענינג–באָורד פאַר ענדגילטיגע סייט–פּלען באַשטעטיגונג.

גוישען סופּערווייזער דאָגלעס בלומפילד — וועלכער האָט מיטגעהאַלטן די אָפּשטימונג אינאיינעם מיט'ן פּאָבליק — איז אַרויף אויפ'ן פּאָדיום און גערייכט די הענט פאַר די באָורד מיטגלידער און זיי באַדאַנקט פאַר זייער אַרבעט. פּאָבליק–קאָמענטאַרן איז נישט געווען ערלויבט. פּלענינג–באָורד טשערמאַן ליע בערדזשוס האט געזאָגט, אַז די באָורד האט איבערגעליינט אַרום 130 קאָמענטאַרן.

נאָך די מיטינג האָט "לעגאָלענד" אַרויסגעגעבן אַ סטעיטמענט זאָגנדיג, אַז די פירמע איז דאַנקבאַר די באַמיאונגען פון די פּלענינג–באָורד און אַלע וועלכע צוגעשטעלט קאָמענטאַרן.

דער לאָיער מייקל סאָסמאַן וועלכער פאַרטרעט די קעגנער, האָט געדראָעט מיט אַ קלאַגע. דאָנערשטאָג האָט ער נישט געוואָלט זאָגן די גענויע צייט ווען די קלאַגע וועט אַריינגעגעבן ווערן, נאָר אַז עס וועט געשען אין אַ "צייטליכע וועג". ער האָט באַטאָנט, "איך ווייס נישט וויאַזוי אַ קערפּערשאַפט קען דורכפירן סיי–וואָס, אויב די זאָונינג איז נישט אין פּלאַץ".

יעצט אַז די פּלענינג–באָורד האט באַשטעטיגט די ענווייראָמענטאַלע–שטודיע, וועט די אויפמערקזאַמקייט זיך רוקן צו די טאַון–באָורד, וועלכע מוז באַשטעטיגן צוויי וויכטיגע זאָונינג ענדערונגען אַז די פּראָיעקט זאָל קענען גיין ווייטער. די באָורד וועט מוזן באַשטעטיגן אַ זאָונינג–צודעק (אָווערלעי) פאַר די פּלאַץ, ענדערנדיג די זאָונינג פון רעזידענץ צו קאָמערציאַל. זי וועט אויך מוזן באַשטעטיגן אַן אויסנאַם צום טאַון–געזעץ, וואָס פאַרבאָט מאָמענטאַל אַ פאַרוויילונג–פּאַרק. דער פּלענינג–באָורד טשערמאַן ליע בערדזשוס און אַנדערע האָבן געזאָגט, אַז "לעגאָלענד" וועט נישט אַרונטערפאַלן אין די נאָרמאַלע דעפיניציע פון אַ פאַרוויילונג–פּאַרק, ווייל עס וועט זיין באַשטימט אויסשליסליך פאַר קינדער פון 2 ביז 12 יאָר. די קעגנער האָבן פאַרשפּראָכן אַריינצוגעבן אַ לעגאַלע קלאַגע צו בלאָקירן די פּראָיעקט.

גוישען סופּערווייזער בלומפילד ערוואַרטעט אַז די טאַון–באָורד וועט אויפנעמען די זאָונינג ענדערונג אישוס ערגעץ–וואו אינמיטן סעפּטעמבער. ער האָט געזאָגט, אז די טאַון–באָורד קען דאָס ערלעדיגן אין איין סעסיע, וויבאַלד ביידע באָורדס האָבן שוין אין דעצעמבער אָפּגעהאַלטן אַ געמיינזאַמער הירינג אויף "לעגאָלענד".

בילד: "לעגאָלענד" ענווייראָמענטאַלע שטודיע ענדגילטיג באַשטעטיגונג דורך גוישען פּלענינג–באָורד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל