"עזרת חולים העלט–סענטער" וועט באַקומען קרוב צו 100 טויזענט דאָלער

וואַשינגטאָן. — די ניו יאָרקער סענאַטאָרן טשאָק שומער און פרוי דזשיליבראַנד האָבן געמאָלדן 6,400,528 דאָלער אין פעדעראַלע געלטער פאַר 62 קאָמיוניטי העלט–סענטערס אין ניו יאָרק.

די געלטער וועלן אַלאָקירט ווערן דורך די "העלט ריסאָורסעס ענד סערוויסעס אַדמיניסטרעישאָן" (עיטש–אַר–עס–עי) פון די פעדעראַלע "העלט ענד יומען סערוויסעס דעפּאַרטמענט" (עיטש–עיטש–עס).

די "העלט–סענטער קוואַליטי אימפּראָוומענט" פאָנדן ווערן געשאָנקען פאַר העלט–קעיר סענטערס וועלכע זענען געווען העכער אָדער אָנגעקומען צו די קוואַליטעט סטאַנדאַרטן און פּאַציענטן באַהאַנדלונג צילן. די פאָנדן וועלן העלפן היי-קוואַליטי העלט–סענטערס אין די סטעיט ווייטער צו פאַרגרעסערן צוטריט צו פולשטענדיגע פּריימערי העלט–קעיר סערוויסעס און ווייטער אינוועסטירן אין באַהאַנדלונג פאַר די די געמיינדעס און פּאַציענטן וועמען זיי סערווירן.

סענאַטאָר שומער האָט דערקלערט: "די קריטישע פעדעראַלע אינוועסטמענט וועט געבן 61 קאָמיוניטי העלט–סענטערס איבער ניו יארק סטעיט, אריינגערעכנט 26 סענטערס אין אַפּסטעיט ניו יארק אַליינס, צו העלפן געזונטהייט צוטריט פאַר די לאָקאַלע קאָמיוניטי. ספּעציעל, וועט די אינוועסטמענט געבן היי-קוואַליטי העלט–סענטערס צו פאַרגרעסערן די צוטריט פאַר ניו יאָרקער צו פּריימערי–קעיר סערוויסעס און בויען אויף זייער סוקסעספולע אַרבעט צו פאַרבעסערן די פּאַציענט–באַהאַנדלונג קוואַליטעט און רעדוצירן געזונט אומגלייכקייט לענגאויס ניו יאָרק סטעיט. נישט בלויז וועט די פאָנדינג ווייטער פאַרבעסערן צוטריט פון ניו יאָרק סטעיט איינוואוינער צו היי-קוואַליטי העלט–קעיר סערוויסעס, נאָר עס וועט אויך שאַפן דזשאַבס פאַר רעזידענץ געגנט איינוואוינער און געזונט פּראָפעסיאָנאַלן, באַרייכענדיג די רעדזשיאָנאַלע עקאָנאָמיע לענגאויס די סטעיט. דאָס איז אַ גרויסע ניוואָ פאַר ניו יאָרק סטעיט, און איך וועל פאָרזעצן צו קעמפן פאַר די סאָרט פאָנדינג, אַזוי אַז ניו יאָרקער קענען פאָרזעצן צו בענעפיטירן פון שטייגענדע צוטריט צו היי-קוואַליטי באַהאַנדלונג".

סענאַטאָר דזשיליבראַנד האָט באַטאָנט, אַז דאָס איז אַ הויפּט אינוועסטמענט פאַר ניו יארק, און היי-קוואַליטי העלט–קעיר מוז זיין צוטריטליך איבער די קאָמיוניטיס. זי האָט צוגעגעבן, אַז די גרענט וועט העלפן לאָקאַלע מעדיצינישע העלט–סענטערס אין די סטעיט נאָכצוקומען די פאָדערונג און זיך אויסברייטערן צו קענען צושטעלן נייע סערוויסעס, און דורך אויפנעמען מער טרענירטע שטאַב מיטגלידער, וועלן די סענטערס אַרבעטן מער עפעקטיוו און ניו יאָרקער וועלן באַקומען די באַהאַנדלונג וואָס זיי דאַרפן.

צווישן די העלט–סענטערס אין די האָדסאָן–וואַלי וואָס וועלן ערהאַלטן פון דעם גרענט, איז "עזרת חולים" אין קרית יואל וועלכע וועט באַקומען 95,497 דאָלער. "רפואה העלט–סענטער" אין שיכון סקווירא, וועט באַקומען 91,141 דאָלער.

די אַנדערע האָדסאָן–וואַלי סענטער זענען: "די גרעיטער האָדסאָן–וואַלי פעמילי העלט–סענטער" אין קאָרנוואָל — 55,500 דאָלער; "האָדסאָן–ריווער העלט–קעיר" אין פּיקסקיל — 369,924 דאָלער; "מידעלטאַון קאָמיוניטי העלט–סענטער" אין מידעלטאַון — 57,733 דאָלער; "מאַונט ווערנאָן נעינבאָרהוד העלט–סענטער" אין מאַונט ווערנאָן, 181,658 דאָלער; און "אָפּען דאָור פעמילי מעדיקל–סענטער" אין אָסינינג — 249.611 דאָלער.

בילד: מער ווי 6.4 מיליאָן דאָלער אין פעדעראַלע פאָנדן פאַר 62 קאָמיוניטי העלט–סענטערס אין ניו יאָרק

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל