קרית יואל. — נאָכפאָלגענדיג די צוויי "פּאָבליק הירינגען" אויף די פאָרגעשלאָגענע שאַפונג פון די נייע "טאַון אָוו פּאַלם–טרי", גייט יעצט די פאָרשלאַג צו די קאַונטי לעגיסלאַטור וועלכע וועט באַהאַנדלען דאָס אָפּטיילן קרית יואל פונעם טאַון–אָוו–מאָנראָו.

מערהייט רעדנער אין ביידע "פּאָבליק הירינגען" האָבן געשטיצט אַזאַ אָפּטיילונג, אָבער די צווייטע הירינג וואָס איז אָפּגעהאַלטן געוואָרן די פאַרגאַנגענע וואָך מיטוואָך פאַרנאַכטס אין קרית יואל איז דאָמינירט געוואָרן דורך די שטיצער, אויפפאָדערנדיג די אָרענדזש–קאַונטי לעגיסלאַטאָרן צו לאָזן די מאָנראָו איינוואוינער שטימען אויף דעם פאָרשלאַג און באַקומען אַ געלעגנהייט צו פּרעזערווירן זייער טאַון און מאָנראָו-וואודבורי סקול–דיסטריקט.

די הירינג מיטוואָך נאַכט איז געווען די לעצטע איידער די לעגיסלאַטור וועט שטימען אין 2 וואָכן אַרום, די פאָרגעקומען אין זאַל פון "בית רחל פּאַראַדייס", וואו עטליכע רעדנער, וועלכע שטיצן אַ צעשיידונג, האָבן אָפּגעוואָרפן די טענות פון קעגנער איבער די וואוקס פון קרית יואל וואָס מיינט אַ פאַרלאַנג פאַר מער וואַסער און אַנדערע סערוויסעס, און זיי האָבן אנטערגעשטראָכן אַז די אישוס וועט סיי–ווי אָנהאַלטן, און מוז אַדרעסירט ווערן מיט אָדער אָן אַ צעשיידונג, און דאָס טאָר נישט זיין קיין אורזאַך פאַרוואָס מען זאָל בלאָקירן אַ רעפערענדום אָדער זיך קעגנשטעלן אַן אָפּטיילונג.

אַנדערע רעדנער האָבן עמאָציאָנעל אַפּעלירט אַז צוריקצואווייזן אַ רעפערענדום פון מאָנראָו און שטערן די געלעגנהייט פאַר אַ צעשיידונג, וועט שטעלן אין געפאַר די מאָנראָו-וואודבורי שולעס. זיי האָבן אָנגעוויזן אַלס ביישפּיל אויף די איסט–ראַמאַפּאָ סקול–דיסטריקט אין ראַקלענד קאַונטי, און אויסגעדריקט זאָרג אַז אויב דאָס זאָל אויך פּאַסירן מאָנראָו-וואודבורי קען זי אוסישטיין שניטן אין נויטיגע אויסגאַבן.

מיטוואָך נאַכט זענען געווען ווייניגער רעדנער קעגן דעם פּאַלם–טרי פאָרשלאַג אָדער אַזעלכע וועלכע האָבן פארלאַנגט פון די געזעצגעבער צוריקצוהאַלטן אַ רעפערענדום אויף דעם ווי עס איז געווען ביי די הירינג אין די פריערדיגע נאַכט אין וואודבורי (ווי שוין באַריכטעט פאָריגע וואָך).

אַ בלומינגראָוו איינוואוינער האָט געפרעגט איבער די קאָנסטיטוציאָנאַליטעט פון אַ רעליגיעזע סעגרעגירטע געמיינדע און זיך קעגנגעשטעלט דעם "יונייטעד מאָנראָו" צוגאַנג ביים שליסן אַן אָפּמאַך מיט די קרית יואל ווילעדזש פירער. "ווי קען די 'יונייטעד מאָנראָו' און קרית יואל וויסן וואָס איז דאָס בעסטע פאַר מיין טאַון?", האָט ער געפרעגט.

די מענטשן וועלכע האבן גערעדט קעגן די פאָרשלאַג, האָבן געהאַט פאַרשידענע טענות, ווצב"ש, אַז די לעגיסלאַטור רוקט זיך צו שנעל אויף אַן אישו וואָס דויערט געווענליך יאָרן דורכצופירן; טייל מענטשן האָבן באשטעטיגט אַז די צעשיידונג אָפּמאַך קען זיין דער "שיין ביי די ענדע פונעם טונעל", אָבער עס זענען נישט באקאַנט די ספּעציפישע דעטאַלן פונעם אָפּמאַך, דעריבער ווילן זיי מער אינפאָרמאַציע וועגן באַלדיגע אישוס ווי טעקסעס, וואַסער און די מאָנראָו-וואודבורי סקול–דיסטריקט; אַנדערע האָבן אויך פראַגעס איבער לאַנג–טערמיניגע אישוס, ווי די ענווייראָמענט.

מאָנראָו טאַון באַאַמטע און די קאַונטי פאָרשטייער האבן געזאגט אז זיי וועלן אָפּהאַלטן פּאָבליק אדער אינפאָרמאַטיווע מיטינגען אויף דעם פאָרשלאַג אין די וואָכן און חדשים פאר די וואַלן.

א צווייטע גרופּע מענטשן האָבן געזאָגט, אַז זיי האָבן ניש ט קיין שטימע אין דעם אַנגעלעגנהייט, כאָ טש זיי וועלן אַפעקטירט ווערן דורכ'ן וואוקס פונעם נייעם טאַוֹן אָדער דורך די ווירקונג וואָס די צעשיידונג וועט האָבן אויף די מאָנראָו-וואודבורי סקול–דיסטריקט.

די לעצטע צוויי רעדנער זענען געווען הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו מעיאָר, און הרה"ח ר' אלי' שלמה קאָהן הי"ו מנהל בית רחל דרב"י, וועלכע האָבן געבעטן די געזעצגעבער צו באַשטעטיגן אַ רעפערענדום זאָגענדיג אַז אַ צעשיידונג איז אַ וועג צו שלום. אין אַ דראַמאַטישע ווענדונג  האָט ר' אלי' שלמה דערקלערט אַז "דער גורל פון מאָנראָו איז א ין אייערע הענט. ביטע שטימט יאָ". דאָס האָט אַרויסגערופן הויכע אַפּלאָדיסמענטן.

ווי עס שיינט זענען די 2 פּאָבליק–הירינגען געווען שטאַרק ביייהילפיג פאַר די לעגיסלאַטורן צו באַקומען אַ פּאָזיטיווע מיינונג איבער די צעשיידונג.

דער קרית יואל ווילעדזש קלוירק ר' גדלי' סעגעדין הי"ו האט געזאָגט דאָנערשטאָג, אַז ער האט שטאַרקע האָפענונגען פאַר די סוקסעס פון דעם פאָרשלאַג וואָס קען פאַרריכטן יאָרן פון צעבראָכענע בלאָקאַדעס. ער האָט צוגעגעבן, אַז די פאָרשלאַג איז, "אַ רעצעפּט פאַר שלום, וואָס איז קריטיש וויכטיג פאַר ביידע געמיינדעס צו לעבן בשלום דורך פּרעזערווירן יעדנס וועג פון לעבן".

די אָרענדזש–קאַונטי לעגיסלאַטור וועט שטימען אויף דעם פאָרשלאַג דעם קומענדיגן סעפּטעמבער– 7, און אויב עס ווערט באַשטעטיגט וועט פאָרקומען אַ רעפערענדום פון מאָנראָו איינוואוינער.



אַסעמבלימאַן סקאָופיס שטעלט פאָר אויסבעסערונגען צום נייעם טאַון פאָרשלאַג
וועט זוכן צו פאַרשנעלערן שאַפונג פונעם נייעם טאַון — קרית יואל ווילעדזש וועט צוריקציען קלאַגעס קעגן וואודבורי

וואודבורי. — אַסעמבלימאַן דזשעימס סקאָופיס פון וואודבורי האָט געמאָלדן דעם פאַרגאַנגענעם דאָנערשטאָג, אַז ער האָט אונטערגענומען פּאָטענציעלע שריט צו פאַרזיכערן אַ רייע פון אויסבעסערונגען צו די פאָרשלאַג אָפּצוטיילן קרית יואל פונעם טאַון–אָוו–מאָנראָו, וואָס וועט זיין מער גינסטיג פאַר די אַרומיגע געמיינדעס.

סקאָופיס האָט געזאָגט, אַז קרית יואל האָט איינגעשטימט צוריקצוציען אַ 6–יעריגע קלאַגע וואָס באַשולדיגט וואודבורי פון "אויסשליסליכע זאָונינג" פאַר נישט לאָזן מולטי-פאַמיליע האַוזינג נעבן איר גרעניץ מיט קרית יואל. וואודבורי און קרית יואל באַאַמטע האָבן זיך לעצטנס באַגעגנט צום ערשטן מאָל, אָנצוהייבן געשפּרעכן וועגן מעגליכע לעזונגען צו עטליכע קלאַגעס וואָס זיי האָבן אַריינגעגעבן אין געריכט, אָבער האָבן דעמאָלט נישט געמאַכט קיין שום פאַרפליכטונגען איבער די זאָונינג קעיס אָדער סי–וועלכע אַנדערע.

סקאָופיס האָט אויך פאָרגעשלאָגן צו רוקן אַ מוניציפּאַלע גרעניץ אין אָרענדזש–קאַונטי'ס "גאָנזאַגאַ פּאַרק" וואָס געפינט זיך אויף באָדן פון טאַון–אָוו–מאָנראָו און בלומינגראָוו. אויב די נייע טאַון וועט באַשטעטיגט ווערן מיינט דאָס אַז דער מאָנראָו טייל פונעם פּאַרק וועט אַריבערגיין צו פּאַלם–טרי, און זי וועט זיך גרעניצן מיט בלומינגראָוו. אָבער בלומינגראָוו איז באַזאָרגט אַז אויב זי וועט זיך גרעניצן מיט די נייע טאַון, וועט זי אויסשטיין צוקונפטיגע אַנעקסירונגען.

דעריבער האָט סקאָופיס פאָרגעשלאָגן אז וואודבורי זאָל אַנעקסירן דעם טייל פון "גאָנזאַגאַ פּאַרק" וואָס איז יעצט אונטער בלומינגראָוו, וויבאַלד זי גרעניצט זיך סיי–ווי מיט קרית יואל. אַזאַ אַנעקסירונג וועט זיך נויטיגן אין די צושטימונג פון ביידע טאַונס, און קרית יואל באַאַמטע האָבן פאַרשפּראָכן אז זיי וועלן דאָס נישט שטערן, וויבאַלד דאָס מוז האבן די צושטימונג פון ביידע טאַון רעגירונגען.

אין צוגאָב, האָט סקאָופיס געזאגט אַז ער וועט אַריינגעבן אַ געזעץ–פאָרשלאַג צו קאָמפּענסירן די מאָנראָו-וואודבורי סקול–דיסטריקט פאַר סיי–וועלכע שטייעראייננאַמעס זי וועט פאַרלירן אויב זי גיט אויף באָדנס אויסצוגלייכן די ק"י סקול–דיסטריקט גרעניצן מיט די נייע טאַון.

סקאָופיס האָט באַצייכענט די טערמינען אַלס "אויסבעסערונגען" צו אַן אָפּמאַך וואָס די קרית יואל ווילעדזש פירער און די "יונייטעד מאָנראָו" גרופּע האָבן דערגריייכט. "בשעת איך פאַרשטיי און שאַץ אָפּ די נויט אָפּצוהאַקן די קרית יואל בלאָק–וואָוט פון די טאַון–אָוו–מאָנראָו וואַלן, פאַרדינען יושר'דיגע אויפמערקזאַמקייט די אַרומיגע געמיינדעס וועלכע זענען שוין פאַרמישט אין די אַנעקסעישאַן קלאַגע פאַר די לעצטע צוויי יאָר", האָט סקאָופיס געזאגט אין אַ פּרעס–רעליעס.

ר' געדלי' סעגעדין האָט דאָנערשטאָג באַשטעטיגט אַז דער ווילעדזש וועט אָפּשטעלן איר זאָונינג קלאַגע קעגן וואודבורי אויב די נייע טאַון ווערט באַשטעטיגט. ער האָט געזאָגט, אז די ווילעדזש פירער האָבן געהאַט אַ גוטע דיסקוסיע מיט סקאָופיס און "זענען גרייט צו פאַרבעסערן אַ לאַנג-טערמין דיאַלאָג מיט וואודבורי און בלומינגראָוו".

אויך האָט סקאָופיס געזאָגט, אַז ער וועט אַריינגעבן געזעץ–פאָרשלאַג קומענדיגן יאָר צו פאַרשנעלערן די פאַרווירקליכונג פונעם נייעם טאַון, אויב עס ווערט באַשטעטיגט. ווי געזאָגט, אויב די לעגיסלאַטור באַשטעטיגט די פּעטיציע צו שאַפן אַ נייעם טאַון, וועט פאָרקומען אַ רעפערענדום ביי די קומענדיגע נאָוועמבער ואַלן, אָבער פאַקטיש וועט דאָס נישט אַריינגיין אין קראַפט ביז די 20 ' וואַלן, ווען עס קומען פאָר די קומענדיגע לאָקאַלע וואַלן, סיידן די סטעיט באשטעטיגט אַ באַזונדערן געזעץ וואָס גיט ערלויבעניש אָפּצוהאַלטן אַ ספּעציעלע וואַלן.

די מעלדונג פון סקאָופיס איז פּאָזיטיוו אויפגענומען געוואָרן דורך תושבי קרית יואל, מיט די האָפענונג אַז נאָך יאָרן פון אָנגעצויגענע באַציאונגען וואָס האָט געברענגט צו פילע פּראָבלעמען, וועט דאָס נאָכמער פאַרשטאַרקן די רואיגקייט און האַרמאָניע אין די גאַנצע געגענט.

מאפע: פאָרשלאַג צו שאַפן טאַון אָוו פּאַלם-טרי גייט צו די קאַונטי לעגיסלאַטור

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל