קאָנעטיקוט. — א קלאַגע לויטעט אז די "פּאָולענד ספּרינג וואַסער" פירמע פאַרפירט אירע קאָסטומער מיט אירע לעיבלס וואס לויטעט, אז די באָטלעך אנטהאלטן " 100 פּראָצענט נאַטורליכע ספּרינג וואַסער" פון דער סטעיט מעין, וועלכע איז היינט צו–טאָג די גרעסטע געבאָטעלטע וואַסער פּראָדוצירער אין לאַנד.

די קלאַגע איז אַריינגעגעבן געוואָרן אין פעדעראַלן דיסטריקט געריכט אין קאָנעטיקוט דורך מערערע מענטשן אינאיינעם אין פאָרמאַט פון אַ "קלעס עקשאן", אַז די "פּאָולענד ספּרינג וואַסער" קומט נישט נאָך נישט די פעדעראַלע סטאַנדאַרטן צו קענען אָנגערופן ווערן "ספּרינג וואסער", וואס באדייט אז זיי קומען פון נאַטורליכע קוואַלן. אָבער פאַקטיש ווערט אין "פּאָולענד ספּרינג וואַסער" אויך אריינגעמישט אנדערע סאָרט וואסער.

די קלאַגע קומט אין אַ צייט ווען די "נעסטלי וואָטערס" — די דאַך–פירמע פון "פּאָולענד" — זוכט זיך אויסצוברייטערן און באַקומען באשטעטיגונג צו נוצן עטליכע נייע פּאָבליק וואַסער קוועלער אין די סטעיט מעין, נאָכצוקומען דעם שטייגנדן געברויך פון געבאָטלטע טרינק וואסער.

שוין יאָרן וואָס וואַסער ווערט מער און מער פּאָפּולער צווישן מענטשן צוליב דעם קאַמפּיין פאַר אַ מער געזונטערע לעבנס פּראַקטיצירונג. אין דורכשניט האָבן אַמעריקאַנער געטרונקען 39.3 גאַלאָן וואַסער אין יאָר 16 ' און 38.5 גאַלאָן זיסע געטראַנקען אין זעלבן יאָר. אין יאָר 15 ' איז עס געווען 39 גאַלאָן זיסע געטראַנקען, קעגן 36.5 גאַלאָן וואַסער. די שטודיע נעמט נישט אַריין וואַסער וואָס קומט גלייך אַרויס פון קראַן.

דער שנעלער וואוקס פון געבאָטלטע וואַסער קומט אין רעזולטאַט פון דעם וואָס מענטשן געוויינען זיך צוביסלעך אָפּ פון טרינקען זיסע סאָדע און געצוקערטע געטראַנקען וואָס זענען נישט געזונט און פירן צו איבערוואָגיגקייט. עס צווינגט אויך די גרויסע געטראַנקען קאָמפּאַניס אַריבערצוגיין פון פאַרקויפן קאַרבאָנעיטעד געטראַנקען צוצושטעלן פאַר די קאָנסומער פאַרשידענע פאָרמען פון פרישע ספּרינג (קוואַל) וואַסער.

מיט עטליכע אויסנאַמען זענען די קוואַל וואַסער אין אַמעריקע זייער פאַרלעסליך. די אויטאָריטעטן האַלטן אַן אויג דערויף, און די טעסט רעזולטאַטן ווערן כסדר פאַרעפנטליכט. מינעראַל וואַסער האָט טאַקע אַן אַלטע פאַרבינדונג מיט מעדיצינישע בענעפיטן — און ס'טוט טאַקע צושטעלן די מינעראַלן וואָס דער מענטש ברויך — אָבער ס'זענען נישט פאַרהאַן קיין סייענטיפישע שטודיעס וואָס שטעלן קלאָר אַז דאָס טרינקען רעגלמעסיג מינעראַל וואַסער פאַרבעסערט דעם געזונט צושטאַנד.

די פעדעראַלֹע "פוד ענד דראָג אַדמיניסטרעישאָן" (עף–די–עי) פאַרבאָט פאַר די פירמעס פון מינעראַל וואַסער אַרויסצושטעלן רעקלאַמעס וואָס פאַרבינדט זייער וואַסער צו געזונטהייט.

*

עס איז נישט דאָס ערשטע מאָל וואָס "נעסטלי" שטייט אויס אַ לעגאַלער קאַמף. שוין אין 03 ' איז נעסטלי אָנגעקלאָגט געוואָרן דורך אַ גרופּע אויפגעברויזטע קאָסטומערס וועלכע האָבן גע'טענה'ט אַז נעסטלי האָט געלייגט פאַלשע רעקלאַמעס איבער זייער פּאָלענד ספּרינג פירמע.

די קלאַגע האָט געלויטעט אַז נעסטלי שרייבט אויף די פּאָלענד ספּרינג וואַסער אַז ס'ווערט "געטראָפן טיף אין די וועלדער פון מעין" און ווערט "אויסעראָרדנטליך גוט באַשיצט דורך די נאַטור", און לויט זיי טוען די פראַזן פאַרנאַרן די קאָסטומערס אַז דאָ רעדט מען פון עפּעס אַ ספּעציעלן וואַסער וואָס איז דירעקט געזונט צו טרינקען.

אין פאַקט איז עס אָבער אַנדערש. דער אָריגינעלער פּלאַץ פונעם "פּאָלענד ספּרינג" איז אַ קוואַל, און האָט שוין נישט געפלאָסן זייט 67 '. אַנשטאָט, האָט נעסטלי — ביים דראַסטיש אויסברייטערן די פּאָלענד פירמע אין די 90 –ער יאָרן — געגראָבן עטליכע אייגענע קוועלער 30 מייל אַרויפציר פון פּאָלענד, און פּאָמפּט פון דאָרט אַרויס מיליאָנען גאַלאָן וואַסער יערליך.

די קלאַגע איז ווייטער געגאַנגען, אַז נעסטלי האָט אויפגענומען עטליכע היידראָלאָגיסטן וועלכע האָבן געגראָבן קוועלער צו שעפּן  וואַסער אינגאַנצן נישט "אין די טיפענישן פון די וועלדער אין מעין", נאָר אַנשטאַט האָבן זיי געגראָבן אין טייל פּלעצער וועלכע געפינען זיך נעבן לאָקאַלע פּאַרקינג לאַטס און אַנדערע פאַרפּעסטיגטע ערטער, און דאָס וואַסער וואָס ווערט אַרויסגענומען איז פשוט'ע קוואַל וואַסער וואָס קען אַרויסגענומען ווערן פון יעדן קראַן אינדערהיים.

זיי האָבן געוואָלט אַז "פּאָלענד" זאָל מער נישט קענען נוצן דעם וואָרט "ספּרינג וואַסער", ווייל עס קומט נישט פון קיין נאַטירליכע ספּרינגס אַזוי ווי זיי געבן אָן — אויסער אויב זיי וועלן נאָכקומען די נויטיגע סייענטיפישע פאָרשריפטן וואָס פאַרלאַנגט זיך צו קענען ווערן אָנגערופן "ספּרינג וואַסער", און אויך אַז פּאָלענד זאָל באַצאָלן פאַר אַלע מענטשן וואָס האָבן געקויפט וואַסער פון יוני 99 ' ביז יוני 03 ' דעם דיפערענץ אין פּרייז וואָס מ'רעכנט אַ באָטל רעגולערע קוואַל וואַסער און צווישן אַ באָטל ספּרינג וואַסער, ווייל לויט זיי איז נישט פאַרהאַן קיין שום דיפערענץ אין די קוואַליטעט...

פּאָלענד האָט שאַרף אָפּגעוואָרפן די באַשולדיגונגען, און האָט זיך געהאַלטן ביי זייער'ס אַז דאָס וואַסער וואָס זיי פאַרקויפן איז %100 ריין און נאַטירליך. זיי ווערן קאָנטראָלירט דורך די "עף–די–עי" אַגענטור וועלכע גיט אַכט אַז אַלעס זאָל געפירט ווערן אויפ'ן ריינסטן אופן, און די אַלע טענות זענען פאַלשע באַשולדיגונגען.

די קלאַגע איז אויסגעגליכן געוואָרן אין סעפּטעמבער 03 ', ווען די פירמע האָט אַנטזאָגט צו באַצאָלן די געפאָדערטע געלטער, אָבער זענען יאָ איינגעגאַנגען צו פאַרבעסערן די קאָנטראָלן ביי זייערע קוועלער און צו צאָלן 10 מיליאָן דאָלער דורכאויס די קומענדיגע 5 יאָר אין דיסקאַונטס פאַר קאָסטומערס און ביישטייערונגען פאַר וואוילטעטיגע צוועקן.

בילד: קלאַגע קעגן "פּאָולענד ספּרינג וואַסער" אַז אירע לעיבלס זענען פאַרפירענד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל