פילע ריטעיל נעצן אריינגערעכנט ״וואל מארט״ וואס איז די גרעסטע ריטעיל נעץ אין דער וועלט, קוקן צו מיט זארג אויף די גאלאפירנדע וואוקס פון עמעזאן אין די וועלט פון שאפינג, און איבערהויפט נאכדעם וואס זיי האבן אפגעקויפט ״האול פוד״ וואס שענקט זיי א פוס אריין אויך אין די פיזישע געשעפט מארקעט. וואל מארט טוט שוין די לעצטע יאר פירן א העפטיגע קאמפ צו אריינבייסן אין די מארקעט מיט׳ן אפקויפן די ריטעיל וועבזייטל ״דשעט״ און נאך קלענערע ריטעיל אנליין געשעפטן.

אבער אצינד האט עס וואל מארט גענומען מיט א שטאפל ווייטער און זיך פאראייניגט מיט אן אנדערע קאנקורענט פון עמעזאן, נעמליך די טעכנאלאגיע ריז ״גוגל״ וועלכע איז א דירעקטע קאנקורענץ פאר עמעזאן וועלכע האט אנטוויקלט א ״סמארט-האום״ סיסטעם וועלכע רופט זיך אלעקסא און איז א קאנקורענט מיט ״גוגל-האום״. אצינד וועט גוגל פארקויפן אלע פראדוקטן פון וואל מארט סיי אויף איר ״גוגל-שאפינג״ וועבזייטל, און אזוי אויך דורך איר סמארט האום סיסטעם ווי מען וועט קענען בלויז מיט א ״וואויס-קאמענד״ באשטעלן פראדוקטן פון וואל מארט.

בילד: גוגל שטעלט זיך צוזאם מיט וואל מארט אין קאמפ קעגן עמעזאן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל