נאכ׳ן אראפרייסן נעכטן די לעגיסלאטיווע פירער פון ביידע הייזער האט היינט דער פרעזידענט קריטיקירט נאך א רעפובליקאנער סענאטאר, דאסמאל סענאטאר באב קארקער פון טענעסי. דער פרעזידענט שרייבט, ״מאדנע סטעיטמענט פון באב קארקער, וועלכער האט זיך עטליכע מאל באראטן מיט מיך אויב ער זאל לויפן נאכאמאל אין 2018. טענעסי איז נישט צופרידן [מיט אים]״. ער האט זיך באצויגן צו די סטעיטמענט אין וועלכע קארקער האט געשטעלט אונטער פראגע צייכן דעם פרעזידענט׳ס קאמפעטענץ נאך די רעאקציע וואס ער האט געגעבן צו די געשעענישן אין שארלאטעסוויל.

קארקער - א שטארקער שטיצער פון טראמפ אין די פארגאנגעהייט - איז דער פינפטער רעפובליקאנער סענאטאר אין די לעצטע וואכן צו זיין די ציהל פון די טראמפ טוויטער אטאקעס.

טראמפ טוויט: מאדנע סטעיטמענט פון באב קארקער, וועלכער האט זיך עטליכע מאל באראטן מיט מיך אויב ער זאל לויפן נאכאמאל אין 2018. טענעסי איז נישט צופרידן [מיט אים].

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל