אין סאוט קארעא איז היינט ארעסטירט געווארן לי דשעי יאנג, דער מולטי ביליאנער פארזיצער פון די טעכנאלאגיע ריז סעמסאנג, ער איז פאראורטיילט געווארן אויף קארופציע קלאגעס אין די סקאנדאל וועלכע האט אראפגעברענגט דעם פריערדיגע פרעזידענט פארק גיו-היין, לויט די באשולדיגונגען האט יאנג אנגעטראגן שווערע געלטער אין שוחד פאר פרעזידענט פארק ווען זי איז געווען אין אמט אין אויסטויש פאר איר הילף וואס זי האט אים געשאנקן אין איבערנעמען קאנטראל פון סעמסאנג. די שולד אורטייל נעמט אויך אריין נאך שווינדלעריי קלאגעס און פארשידענע מיסברויכן וואס ער האט געטון מיט די געלטער פון סעמסאנג, איינס פון די גרעסטע טעכנאלאגיע און עלעקטראנישע פירמעס אין די וועלט. עקספערטן זענען ביי די מיינונג אז די ארעסט וועט נישט האבן קיין דירעקטע עפעקט אויף סעמסאנג וועלכע פארמאגט דריי עקזעקיוטיוון און יאנג איז נישט געווען פארמישט אין די טאג-טעגליכע אפעראציעס.

בילד: פירער פון ״סעמסאנג״ פאראורטיילט צו 5 יאר טורמע צוליב קארופציע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל