פון סאציאלע מידיא ביז נייעס באריכטן ביז ראדיא און אלעס אינדערמיט איז אנגעפילט איבער א סומאטאכע איבער דאס פארקויפונגס פון די "סעין בילדונג" אין ניו סיטי.

די רעדע איז איבער א בנין אין די הארץ פון ניו סיטי, נעבן די געריכט הויז און אנדערע קאונטי אפיסעס. די בנין וואס קען ווען ווערן ליידיג איז געווען אויף ליציטאציע און א ביד איז אריינגעקומען פאר 4.51 מיליאן דאלאר, עטוואס מער פון די אזוי גערופענע געשאצטע 4 מיליאן.

די קאונטי עקזעקוטיוו עד דעי איז זייער אויסן צו פארקויפן די בנין, אבער ער האט א שטארקע קעגנערשאפט דורך די לעגיסלאטור עס צו קענען פארקויפן. 

מיר דא וועלן פרובירן צו פארשטיין אלעס ארום וואס ס'האט געפירט צו די יעצטיגע מצב.

אנגעהויבן האט זיך עס מיט עטליכע יאר צוריק. די קאונטי האט פארמאגט א חוב פון ארום $130 מיליאן דאללער, ווען פונקט צו די זעלבע צייט האבן זיך א סעריע בנינים אין פאמאנאו אויסגעליידיגט. די בנינים זענען געווען א חלק פון די קאונטיס העלט קער סיסטעם, און דארט איז געווען סטאנציאנירט א נורסינג האום און אנדערנע קער פאר נישט געזונטע מענטשן. די קאונטי, וואס האט געזוכט געלט און מעטאדן וויאזוי צו אראפברענגן די אומגעהויערע חוב פון $130 מיליאן דאללער, האט באשלאסן צו פארקויפן די בנינים. די  פרייז איז געווען באשטימט פאר $40 מיליאן דאללער, וואס האט אריינגערעכנט די טייערע לייסענס צו קענען אפערירן א נורסינג היים וואס איז 10 ביז 15 מיליאן דאללער ווערט.

ס'איז אפירגעקומען א מענטש, גראדע א היימישער, וואס איז גרייט געווען צו אפקויפן דאס בנין מיט אירע לייסענסעס פאר די באשטימטע פרייז פון פערציג מיליאן דאללער.

די קאונטי האט געמאכט די נויטיגע צוגרייטונגענגס צו פארקויפן די בנין ביז.... ביז די יעצטיגע קאונטי עקזעקיטיוו איז אריינגעקומען אין מאכט.  עד דעי האט נישט געוואלט פארקויפן דעם בנין, נאר אנשטאט דעם אנגעטראגן  צו פארקויפן די סעין בילדינג הארט נעבן די געריכט הויז אין ניו סיטי, וואס איז ווי פארשטענדליך א טייער שטיקל ריעל עסטעיט.

די לעגיסלעיטער האט אבער געוואלט פאראויסגיין מיט די סעיל אויף די בנין אין פאמאנאו האט מען באשלאסן אז מ'גייט באהאנדלען ביידע בנינים, און זעהן וועלכע ס'איז בעסער צו פארקויפן, אזוי איז אנגעגאנגען א שטיק צייט, וואס מ'האט באהאנלט ביידע בנינים צוזאמען. ביז איין שיינע טאג האט עד דעי אפגעלאזט די פארקויפונגס פון די פאמאנאו בילדינג און זיך נאר אריינגעלייגט און די סעיל פון די סעין בילדינג.

די פרייז וואס מ'האט באשטימט אז די בנין איז ווערט איז $4 מיליאן, א צענטל פון די פרייז וואס מ'האט ווען געקענט באקומען פון די פאמאנאו בילדינג.

אין די זעלבע צייט איז עד דעי געגאנגען און צוריקגעגעבן די לייסענס פאר די סטעיט וואס די קאונטי האט געהאלטן פאר די נירסינג האום, דערמיט דראסטיש אראפנידערן די ווערט פון די פאמאנאו בנין, מיט כאטש 10 מיליאן דאללער, נישט אריינרעכנדיג אז די בנין אין פאמאנאו האט יעצט פארלוירן די פאטענצינטאלע קויפער וואס א גרויס טייל פון זיין באשלוס צו קויפן די בנין איז צוליב די לייסענס וואס קומען דערמיט. ווי אויך האט עד דעי אנגעפילט די בנין אין פאמאנאו וואס האט דאס געמאכט אוממעגליך צו פארקויפן.

א ליציטאציע וואס איז ארויפגעשטעלט געווארן אויף די סעין בילדינג האט אריינגעברענגט א ביד פון 4.51 מיליאן דאללער.

די בנין וואס איז עומד למכור שטייט אין צענטער פון די ניו סיטי ריעל עסטעיט, דארט וואו ס'איז סטאנצינירט א גרויס טייל פון די קאונטי אפיסעס. ע"פ דרך הטבע וועט די קאונטי אפיסעס דארט פארבלייבן ווילאנג די קאונטי שטייט, וואס דאס מאכט אז אפילו כעת כרגע דארף מען אפשר נישט די בנין וועט מען עס אבער דארפן מיט די צייט. איז אויב אזוי, פארוואס זאל מען עס פארקויפן?

עד דעי טענה'ט אז דאס וועט אראפברענגען די חוב וואס די קאונטי האט, אבער ס'איז קלאר נישט ריכטיג און סתם רעטאריק צו געוואונען די דעת הקהל, ואסביר:

די חוב וואס האט געהאלטן ביי $130 מיליאן, האט א יאר  צוריק געהאלטן ביי קארגע $10 מיליאן. די חשבונות וואס מ'מאכט איינמאל  א יאר, איז נאכנישט געמאכט געווארן פאר די יאר, אבער ווארשיינליך, אויב אלעס גייט ווי געפלאנט, וועט מען ביים מאכן די חשבונות די יאר זעהן אז די קאונטיס חוב האלט ביי 0$. זיראו. דאס איז איין זאך. ועוד, אז די געלט וואס איז געפלאנט אריינצוקומען פון די סעיל וועט נישט גיין פאר די חוב אפילו ס'איז ווען דא א חוב. (דאס צו פארשטיין דארף מען פארשטיין וויאזוי גאווערמענט ארבעט ואכמ"ל, נאר איין זאך יא, אז אויב איז עס נישט אין די בודשעט, וואס הייסט אז ווען מ'האט געמאכט די בודזשעט האט מען דאס נישט אריינגערעכנט אז דאס וועט גיין צו פארמינערן די חוב, קען די קאונטי טוהן מיט די געלט וואס זיי ווילן.)

די לעגיסלאטור האט געהאט נאך אפאר פראבלעמען מיט דאס פארקויפונגס פון די סעין בנין, וואס גייט געשעהן מיט די בנין? אויף דעם זאגט די פאטענצינאלע קויפער אז ער וויל מאכן סיניר האוזינג, א זאך וואס וועט אגב פארלאנגען א טויש אין זאונינג. די לעגיסלעיטער האט פארלאנגט א  טראפיק סטאדי, דו גייסט דא צוברענגען א געוואלד מיט טראפיק צוליב די סיניאר האוזינג, איז עס אקעי? ווי אויך, אונז דארפן נאך פארקינג פאר די אזויפיל קאונטי אפיסעס וואס איז דא אין געגנט, קען מען צולייגן נאך פארקינג? דריטנס, צו רוקן די יעצטיגע ארבעטער אריין אין אנדערע בנינים, וואס וועט דאס קאסטן?

עד דעי איז געגאנגען פאריגע וואך און ארויסגעשיקט א סעריע בילדער איבער וויאזוי די  פארקינג לאט איז נישט אזוי פיל אז ס'זאל זיך פארלאנגען נאך פארקינג, צושרייבנדיג אז דאס איז געכאפט געווארן ביי די  מערסט פארנומענסטע צייט אין טאג. אבער דאס איז לעכערליך ביז גאר. א גרויס פראצענט פון אפיסעס און איינגעשטעלטע אין די קאונטי זענען אויף וואקאציע אין די זוממער, וואס דאס טוט פארמינערן די מענטשן  וואס קומען צו די אפיסעס... ועוד, די בילדער זענען געכאפט געווארן א האלבע שעה פאר די "פיק", פאר די מערסט פארנומענסטע צייט.... און ביי די מערסט פארנומענסטע צייט איז טאקע נישט געווען קיין פארקינג...



ס'איז שווער צו גלייבן, אבער עד דעי איז אויסן צו פארקויפן די בנין, און אין אן ארטיקל היינט איז ער פארנומען אראפרייסן די פינף לעגיסלאטורן פון ראמאפאו אז זיי זענען שולדיג אז די קאונטי (לייען: עד דעי) קען נישט פארדינען דערפון. ס'איז אינטערעסאנט צו אנמערקן אז די סעיל דארף באשטעטיגט ווערן דורך 12 פון די 17 לעגיסלאטורן, וואס אפילו ווען ער האט נישט קיין איינע פון די "ראמאפאו 5" קען ער עס נאכאלץ פארקויפן....


דאס איז בלויז אן איינצעלע פאל ארויסצוברענגען וויאזוי עד דעי פירט זיך אויף, און טוט צושפרייטן "אלטערנאטיווע פאקטן" איבער וואס ס'שמעקט אים.

בילד: איבער די סעין בילדינג נעבן מאנסי

פון עין טובה

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל