אן איינוואוינער אין טשיקאפי מעסעטשוסעס נעבן באסטאן האט געווינען די גרעסטע סומע אין די היסטאריע פון די אמעריקאנער לאטא, ווען ער איז געווען דער איינציגער געווינען פאר די 758 מיליאן דאלערדיגע פאוער באל, די טיקעט איז פארקויפט געווארן אין א קליינעם געשעפט וואס וועט באקומען 50,000$ פון דעם געווינס, און האבן געמאלדן אז זיי וועלן עס שענקן פאר לאקאלע וואוילטעטיגע צוועקן. די געווינס פרייז איז די צווייט גרעסטע אין אמעריקאנער היסטאריע, און די גרעסטע סומע וואס גייט צו אן איינצעלע געווינער. די געווינערין איז מאוויס וואנטשיק א 53 יעריגער איינוואוינערין אין טשיקאפי, זי זאגט אז זי האט אליין אנגעפולט די נומערן און אריינגעלייגט איר געבורטסטאג און נאך ציפערן, און האט געזאגט אז די ערשטע זאך וואס זי וועט טון איז אהיימגיין זיך אפרוען פון 23 יאר שווערע ארבייט.

בילד: איינצעלע געווינערין פון 758.7 מיליאן דאלער אין פאוערבאל לאטא

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל