די קאנגרעסיאנעלע אויספארשונג קאמיטע האט אנדעקט א פרישע אימעיל וועלכע איז געשיקט געווארן צו די טראמפ קאמפיין מיט א פארשלאג איבער א זיצונג צווישן דעם רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין און פארשטייער פון די טראמפ קאמפיין. די אימיעל איז געשיקט געווארן דורך א פאליטישער געהילף אין וועסט ווירדשיניע, און איז געשיקט געווארן צו ריק דיערבארן א וויכטיגער באאמטער אין די קאמפיין וועלכער דינט היינט אלס דעפיוטי שטאב הויפט. אינעם אימעיל טוט דער שיקער אנטראגן פאר דיערבארן צו אראנדשירן א מיטיניג מיט פוטין, אין זיין ענטפער איז דיערבארן סקעפטיש איבער דעם פארשלאג. עס איז נישט קלאר אויב דער געהילף איז געקומען מיט אן אפיציעלע אנבאט און אויב עס איז עווענטועל עפעס ארויסגעקומען דערפון. די ״וואשינגטאן פאוסט״ האט פריער דעם מאנאט אויפגעדעקט אז עס זענען געווען עטליכע געהילפן אין די קאמפיין וואס האבן געזוכט אזא מיטינג, אבער זענען געווארן אפגעווארפן דורך די העכערע באאמטע.

בילד: פרישע אימעיל איבער מעגליכע פוטין-טראמפ פארבינדונג אויפגעדעקט



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל