די קעניגרייך פון קאטאר האט היינט געמאלדן אז זיי שטעלן צוריק איין פולשענדיגע דיפלאמאטישע באציאונגען מיט די איראנער רעזשים, און דערמיט דערלאנגט נאך א שפיי אין פנים פאר סאודי אראביע און די אנדערע אראבישע שכנים וואס האבן ארויפגעלייגט אויף איר א באיאקאט צוליב איר זעלבסשטענדיגע אויסערן פאליסי און איר נאנטקייט מיט איראן, און טוט פארמאל אפווארפן די פארלאנג וואס זיי האבן געשטעלט אלס באדינג פאר׳ן צוריקשטעלן באציאונגען. די באיאקאט האט דערווייל געהאט א פארקערטע עפעקט און קאטאר האט פארשטערקערט אירע באציאונגען מיט טערקיי און איראן, אזוי אויך טוט אמעריקע ווייטער זיך האלטן נייטראל און האלט אן גוטע באציאונגען מיט איר צוליב איר וויכטיגע ראלע וואס זי שפילט פאר די אמעריקאנער מיליטער אין מיטל מזרח.

בילד: קאטאר קניפט אן דיפלאמאטישע באציאונגען מיט איראן טראץ קעגנערשאפט פון סאודי אראביע



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל