די אמעריקאנער נעיווי האט געמאלדן אז זיי שטעלן אפ די זוך אפעראציע פאר די ניין נעיווי מאטראזן וועלכע זענען נאך פארשוואונדען און זענען ווארשיינליך דערטראנקען אינעם ים. אינעם סטעיטמענט שרייבט די נעיווי אז נאך 80 שטונדן פון זוכעריי איז שוין נישטא קיין האפענונג צו טרעפן די זעלנער ביים לעבן און דעריבער וועט די זוך מיסיע אין ים ווערן אפגעשטעלט אבער מען וועט ווייטער זוכן צווישן די ברוכווארג אויף די שיף. די מעלדונג קומט נאכדעם וואס מען האט אפגעפונען בלויז איין קערפער פון די 10 אומגעקומענע. די מאסיווע זוך אפעראציע אין די לעצטע 80 שטונדן האט אריינגענומען געניטע שווימער און שיפן, העליקאפטערס און פארגעשריטענע טעכנאלאגיע פון די אמעריקאנער מיליטער אינאיינעם מיט די מיליטערן פון אויסטראליע, סינגאפור, מאלאזיע און אינדאנעזיע וועלכע האבן געשיקט ספעציאליסטן און שיפן צו העלפן מיט די מיסיע.

בילד: זוך אפעראציע פאר פארשוואונדענע מאטראזן אפגעשטעלט



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל