די טראפישע שטורעם הארווי האט זיך געשטארקט אין די גאלף אף מעקסיקא און איז אנגעקומען צו א שטאפל 3 האריקעין שטורעם, און אצינד קומט עס אן מיט א שטארקייט צו די ברעגעס פון טעקסאס און איז ערווארטעט צו אנמאכן שווערע פארפלייצונגען פון ארום 12 ביז 30 אינטשעס, און ווינטן מיט א שנעלקייט פון 111 מ.פ.ש. וואס קענען ברענגען שווערע שאדנס. די איינוואוינער פון צענטראל טעקסאס ביים אויג פונעם האריקעין טוען אויסלייגן שיכטן פון זאמד-זעק און אנדערע באשיצונגס מיטלן ביי זייערע היימען צו באשיצן פון פארפלייצונג און די פענסטער ווערן באדעקט מיט ברעטער אין בעפארברייטונג צום שטורעם וואס איז ערווארטעט צו גרייכן די טרוקעניש פרייטאג ביינאכט אדער שבת אינדערפרי.

די האריקעין איז ערווארטעט צו לאנדען אין קארפוס קריסטי טעקסאס און פון דארט גרייכן צו די מערהייט פון טעקסאס און טיילן פן לואיזיאנע און אויך אריבער דעם גרעניץ אין מעקסיקא. די אויטאריטעטן האבן געווארנט אז אויב רוקט זיך די שטורעם ווייטער ביי די יעצטיגע פאזע קען ברענגען פארפלייצונגען ביי די געגענטער נעבן ים פון 7 ביז 10 פוס, געוואנדען אין וועלכע שטונדען עס גרייכט די ברעגעס. און עס קען זיין די טויטליכסטע האריקעין וואס טעקסאס האט געזען אין די לעצטע יארן.

דער גאווערנער גרעג אבאט האט דערקלערט א ״סטעיט אף דיזעסטאר״ אין ארום 30 קאונטיס לענגאויס דעם גאלף אף מעקסיקא, ער האט אהינגעברענגט רעטונג אגענטן פון איבער די סטעיט און אזוי אויך עוועקיואירט קאלעדשעס און געפאדערט פון די איינוואוינער צו איזאלירן די הייזער מיט זאמד-זעק און איינקויפן גענוג עסן און לעבנסמיטלן אין פאל די פארפלייצונגען האלטן אן פאר עטליכע טעג.

בילד: טראפישע שטורעם הארווי דערנענטערט זיך קיין טעקסאס מיט א געפארפולע שטארקייט



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל