בילד: האריקעין הארווי

פון שלמה הילדעסהיימער

א געפארפולע האריקעין מיטן צונאמען 'האַרווי,' מיט ווינטן צווישן 111 און 130 מייל א שעה, איז ערווארטעט צו גרייכן די ברעגעס פון דרום-מזרח טעקסאס שפעט פרייטאג אלס א קאטעגאריע דריי האריקעין, די שטערקסטע האריקעין אנצופאלן די פאראייניגטע שטאַטן זינט האריקעין קאַטאַרינאַ איז אנגעפאלן לואיזיאנע אין 2005 און געמאכט א חורבן פון די בארטן-שטאט ניו ארליענס.

בילד: קאטעגאריע דריי האריקעין, הארווי, ערווארטעט שפעט פרייטאג אין מזרח טעקסאס

האריקעין הארווי האט זיך פארשטארקט צו א קאטעגאריע איין האריקעין פריער אין טאג אין די מעקסיקאנער גאלף, און די וועטער-מומחים זאגן אז עס גייט זיך פארשנעלערן צו א קאטעגאריע דריי האריקעין מיט אנהאלטנדע ווינטן פון 125 מייל א שעה. 

דער נאציאנאלער האריקעין צענטער ערווארטעט דרייסיג, פינף און דרייסיג אינטשעס רעגן און גאר געפארפולע, צוועלף פיס הויכע, כוואליעס אין די צענטער וואו הארווי מאכט לאנדפאל. געוויסע קאמפיוטער מאדעלן שאצן פאר אפילו מער רעגן, ביז פערציג אינטשעס אין טייל געגנטער.

קערי עמאנועל, פראפעסאר פון אטמאספערישע וויסנשאפט אין די מאסאטשוסעטס אינסטיטוציע פון טעכנאלאגיע באצייכנט דאס ווי 'א צונאמי אנפאל אינמיטן א האריקעין.' 

די איסטאנצן האבן ארויסגעשטעלט אן ערשטמאליגע ווארנונג אויף הונדערטער מיילן פון די מזרח ברעג פון טעקסאס פון יוסטאן צו בראונסוויל. טעקסאס גאווערנאר אַבאַט האט מיטוואך דערקלערט א 'סטעיט אוו דיזעסטער' אין דרייסיג טעקסאס קאונטיס און לואיזיאנע גאווערנאר דזשאן עדווארדס האט דערקלערט א 'סטעיט אוו עמערדזשענסי' פאר זיין סטעיט.

בילד: אויסגעליידיגטע פאליצעס אין א לאקאלער געשעפט אין מזרח טעקסאס

די היסטאריש שטארקע האריקעין איז א רעזולטאט פון אומגעווענליך ווארימע וואסער אין דער מעקסיקאנער גאלף.

דער שטאט קארפוס קריסטי אין טעקסאס מיט א באפעלקערונג פון 325,000 איז דער גרעסטער שטאט דירעקט אינעם ערווארטעטע ריכטונג פונעם האריקעין.

מאפע: האריקעין הארווי

ווידיא באריכט:



לייוו ווידיא:




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל