האוואאי – די לאיערס פונעם אמעריקאנער זעלנער פון האוואאי, אקאיקא קאנג, וועלכער ווערט אנגעקלאגט אין שטיצן אייסיס, זאגן אז זייער קליענט איז בכלל נישט שולדיג אויף די טעראר קלאגעס וואס זענען ארויסגעשטעלט געווארן קעגן אים, ווייל ער האט בלויז אריינשפאצירט אין א נעץ וואס פעדעראלע אגענטן האבן אויסגעשפרייט פאר אים. קאג ווערט באשולדיגט אין שמועסערייען מיט אייסיס טעראריסטן אויפ'ן אינטערנעט און מיט׳ן שיקן געלטער פאר אייסיס אין איראק, וואו אייסיס האט גענוצט די געלטער אויף איינצוקויפן דראונס פאר טעראר אטאקעס - אבער ווי זיינע לאיערס טענה'ן, זענען די אלע געשפרעכן וואס קאנג האט געהאט מיט אייסיס טעראריסטן פאקטיש געווען פארשטעלטע באהאלטענע פעדעראלע אגענטן, און זיי האבן אים אריינגעשלעפט צו שיקן דאס געלט פאר אייסיס, וואס דעריבער איז ער פארכאפט געווארן אין א נעץ און קען נישט געקלאגט ווערן.

בילד: זעלנער געקלאגט איבער אייסיס פארטיידיגט זיך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל