א ווארטזאגער פאר די עף-בי-איי האט נעכטן נאכט באשטעטיגט אז אן אמעריקאנער זעלנער איז ארעסטירט געווארן נאכדעם וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן אז ער איז פארבינדען צו די אייסיס טעראר גרופע, דער סאלדאט עריק קאנג (Ikaika Erik Kang) איז א 34 יעריגער אויסגעצייכנטער מלחמה וועטעראן וועלכער איז שוין געווען אויף עטליכע מיסיעס אין איראק און אפגאניסטאן און האט באקומען מעדאלן דערויף, די ארעסט איז דורכגעפירט געווארן דורך א ספעציעלע באוואפנטע איינהייט פון די עף-בי-איי אין א מיליטערישע באזע אין האוואי ווי ער האלט זיך אויף, די עף-בי-איי זאגט אז די ארעסט קומט נאך א יאר לאנגע אויספארשונג אינאיינעם מיט די מיליטער.

קאנג האט לויט די באשולדיגונג צוגעשטעלט מאטריאלע הילף פאר די טעראר גרופע, אבער עס איז נישט פארעפנטליכט געווארן פונקטליך איבער וואס עס האנדלט זיך, אזוי אויך טוט די עף-בי-איי באשטעטיגן אז ער האט געארבעט אויף די אייגענע האנט און איז נישט געווען א טייל פון ברייטערע רינג אינערהאלב די מיליטער. די באשולדיגונג גייט שוין צוריק ביז 2012 ווען ער איז צוריקגעקומען פון איראק און האט זיך אנגעהויבן אויפפירן ראדיקאל און שפעטער אנגעטראגן פאר אייסיס צו העלפן מיט טרענירונג. ער איז נעכטן געשטעלט געווארן פארנט פון א ריכטער און זיין אדוואקאט זאגט אז קאנג איז גייסטיש אומסטאביל צוליב זיינע טראומאטישע איבערלעבנישן אין מיטל מזרח.

בילד: עריק קאנג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל