א סירישע באאבאכטונג גרופע וואס טוט אבזארווירן און באריכטן איבער די ציווילע קריג און איבער אלעס וואס טוט זיך אפ אינערהאלב סיריע זאגט אז זי האבן באשטעטיגטע אינפארמאציע אז אבו-באכר אל-באגדאדי איז שוין טויט, די ״סירישע אבזארוואטירער פאר מענשטן רעכט״ איז א גרופע וואס פארפיגט אויף טויזנטער קוועלער אינערהאלב סיריע און אירע באריכטן האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין אקוראט אין די פארגאנגענהייט. די באריכט קומט עטליכע טעג נאכדעם וואס די איראקער מיליטער האט אפגעצייכנט זיג אין די שטאט מאסול וואס האט געדינט אלס וואוינארט פאר באגדאדי א שטיק צייט און דארט האט ער דערקלערט זיין כאליפאט, די רוסישער מיליטער האט מיט א צייט צוריק געמאלדן איבער באגדאדי׳ס טויט אבער האט שפעטער צוריקגעצויגן און געזאגט אז זי קען נישט באשטעטיגן אויב ער לעבט אדער איז טויט, דער פארזיצער פון די אבזערוואציע גרופע זאגט אז די אינפארמאציע איז באשטעטיגט דירעקט פון מענטשן וועלכע זענען געווען ארום באגדאדי און ווייסן פונקטליך וואס גייט פאר אינעווייניג אין אייסיס. מען האט שוין א לאנגע צייט נישט געהערט פון באגדאדי אבער די אייסיס קעמפער זאגן אז ער לעבט און באהאלט זיך אויס אין די סירישע מדבריות.

בילד: אבו-באכר אל-באגדאדי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל