צוויי אמעריקאנער וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן אין די קורדישע קעמפער אין די שלאכטן קעגן די אייסיס טעראר גרופע זענען אומגעקומען אין די שלאכטן אויף די שטאט ראקא אין דרום סיריע, די צוויי זענען ניקאלעס ווארדאן 29 יאר אלט, און ראבערט גראדט 28 יאר אלט, די צוויי האבן זיך פרייוויליג אנגעשלאסן אין די קורדישע מיליציעס, קראדט איז געווען א מיליטערישע וועטעראן, די צוויי זענען בלויז איינצעלע פון צענדליגע אויסלענדישע קעמפער וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן אין די אפעראציעס פון די קורדישע קעמפער, ביי די זעלבע שלאכט איז אויך אומגעקומען א בריטישע בירגער וועמען׳ס אידענטיטעט איז דערווייל נישט פארעפנטליכט געווארן, די טויט פון די צוויי ברענגט די צאל אמעריקאנער וועלכע זענען אומגעקומען קעמפנדיג מיט די קורדן צו 12, עס איז אומבאקאנט די פונקטליכע צאל אמעריקאנער וועלכע קעמפן מיט די קורדן, אבער געוויסע קוועלער שאצן אז נאנט צו הונדערט, אריינגערעכנט פולע ארמיי וועטעראנען וועלכע טוען טרענירן די ארטיגע קעמפער.

בילד: ניקאלעס ווארדאן



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל