דער רוסישער אויסערן מיניסטער סערגעי לעווראוו איז שטארק אויפגעברויזט איבער די פאקט אז אמעריקע האט אפגעשלאסן און האלט פארמאכט א רעזארט ארט וועלכע באלאנגט פאר די רוסישע רעגירונג און האט געדינט אלס פארוויילונג פלאץ פאר רוסישער דיפלאמאטן, און לויט טייל באריכטן אלס אן אפעראציע צענטער אינערהאלב די פאראייניגטע שטאטן פאר די רוסישע שפיאנאזש אקטיוויטעטן, די צוויי קאנפיסקירטע ערטער געפונען זיך אין ניו יארק און אין מערילענד און געהערט שוין פאר די רוסישע רעגירונג זינט די קאלטע קריג, פרעזידענט אבאמא האט דאס אפגעשלאסן ווען ער האט פארטריבן ארום 30 רוסישע דיפלאמאטן פון אמעריקע, און דערווייל זענען נאך די פלעצער אפגעשלאסן דורך די פעדעראלע רעגירונג.

לעווראוו האט עס באצייכנט אלס א רויבעריי און געזאגט אז אויב אמעריקע וועט נישט צוריקגעבן די שטחים פאר רוסלאנד וועט רוסלאנד נעמען ערנסטע שריט, ער האט נישט אויסגעברייטערט וואס ער האט אין פלאן, אבער עטליכע וואכן צוריק האט שוין א ווארטזאגער פאר די אויסערן מיניסטעריום אויפגעדעקט א פלאן צו פארכאפן אמעריקאנער געביידעס אין רוסלאנד און מעגליך אויך פארטרייבן א צאל דיפלאמאטן.

בילד: רוסישער אויסערן מיניסטער ברויזט איבער קאנפיסקירטע רוסישע פארמעגנס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל