טראץ וואס קאטאר איז אונטער שווערע סאנקציעס און א באיאקאט פון אירע אראבישע שכנים, ארבעט זי נאך אלס נאנט אינאיינעם מיט די פאראייניגטע שטאטן ווען עס קומט צו באקעמפן טעראר, און נעכטן האט דער אמעריקאנער סעקערטערי אף סטעיט רעקס טילערסאן אפגעשטאט א באזוך אין דוחא, די הויפטשטאט פון קאטאר ווי ער איז געקומען אויף א מיסיע צו ענדיגן די קריזיס צווישן קאטאר און אירע שכנים, די אפמאך אנטהאלט א אונטערנעמונג פון ביידע לענדער צו אפשטעלן אלע סארט פינאנצן פאר טעראר גרופעס דורך איינפרירן זייערע קאנטעס און נאכגיין סיי ווער עס איז פארדעכטיגט אין פינאנצירן טעראר, דאס קומט נאכדעם וואס אמעריקע טוט אויך אנהאלטן מיליטערישע קאאפעראציע מיט קאטאר וועלכע טוען צייגן אז אמעריקע ׳קויפט נישט׳ די באשולדיגונג פון די אראבישע לענדער וועלכע באשולדיגן קאטאר אין שטיצן און פינאנצירן טעראר.

בילד: אמעריקע און קאטאר שרייבן אונטער ״פארשטענדעניש אפמאך״ איבער באקעמפן טעראר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל