די רעזשים פון וויקטאר אורבאן, דער רעכטער נאציאנאליסטישער אונגארישער פרעמיער מיניסטער, איז ארויסגעקומען מיט אן עפנטליכער אנטי-אימיגראציע קאמפיין אין וועלכע עס פיגורירט גאר פראמינענט דאס בילד פון דזשאָרדזש סאָראָס, סאראס איז אן אמעריקאנער איד וועלכער איז געבוירן אין אונגארן און האט זיך געראטעוועט פון דארט ביים קריג און אנגעקומען קיין אמעריקע, דא האט ער גאר שטארק מצליח געווען, און איז היינט איינע פון די וועלטס בארימטע פילאנטראפן פאר ליבעראלע און לינקע צוועקן, צווישן זיינע פראיעקטן זענען פארשידענע סאציאלע פראגראמען אין זיין היימלאנד אונגארן, צווישן אנדערע א קאלעדש פאר קינדער פון ארימערע שטובער.

אבער די ארטיגע רעגירונג פירט א שטייפע און פארביסענע קאמפיין קעגן סאראס, צווישן אנדערע האבן זיי פארשפארט זיין קאלעדש, זיי טוען אים פארשמירן און אראפמאלן אלס ״פיינט פון פאלק״ און אלס בייזוויליגער מענטש וואס זוכט צו אונטערברעכן די אונגארישע דעמאקראטיע, אצינד מיט זייער פרישע קאמפיין טוען זיי ארויסלייגן א גרויסע בילד פון סאראס מיט די אויפשריפט ״לאזט נישט סאראס געווינען״ מיט דעם טוען זיי אנדייטן אז סאראס שטייט אונטער אלע פראבלעמען פון אונגארן, א טיפישע אנטי-סעמיטישע צוגאנג, די מדינת ישראל רעגירונג האט קודם פארדאמט דעם קאמפיין, אבער ליידער צוליב ענגע דיפלאמאטישע אינטערעסן האבן זיי צוריקגעצויגן פון זייער פארדאמונג און אומפארשעמטערהייט פארטיידיגט די אונגארישע רעגירונג.

בילד: אונגארישע רעגירונג קומט ארויס מיט אנטי-סעמיטישע קאמפיין

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל