א רעזארט אייגענטומער פון א רעזארט ארט נעבן ווענעציע איז אויפגעקומען מיט א געניאלע איינפאל וויאזוי צו ציען קליענטן נעמליך דורך געבן פאר דעם ארט א פאשיסטישן כאראקטער און עס אויסשטעלן ווי א היסטארישע איבערבלייבעניש פון די פאשיסטישע מוסיליני רעזשים, דער אנפירער פון דעם ארט א 64 יעריגער איטאליענער האט געלאזט הערן אויף די הויכהילכער פאשיסטישע סלאגאנען ווי צום ביישפיל אז ״אונזער רעזארט איז פריי פון שמוציגע מענטשן און דעמאקראטיע״ די שילדן האבן געמאכט סארקאסטישע וויצן איבער די שרעקליכע גרוילטאטן פון די האלאקאוסט. די אויטאריטעטן האבן זיך דערוויסט דערפון נאכדעם וואס אין די פרעסע איז אנטשטאנען א טומעל דערוועגן, און זענען באלד אנגעקומען צום ארט און באזייטיגט די פאשיסטישע מאטריאל, אין די איטאליענער פארליאמענט ווערט יעצט באהאנדלט א געזעץ וואס קען צוטיילן ביז 2 יאר טורמע פאר׳ן פארשפרייטן פאשיסיטישע אדער אנטי-סעמיטישע פראפאגאדע, און די יעצטיגע אינצידענט טוט אונטערשטרייכן די וויכטיגקייט פון אזא געזעץ, טראץ וואס עס פארמאגט פולע קעגנער וועלכע זאגן אז עס באגרעניצט דאס פרייהייט פון ווארט.

בילד: אויפברויז אין איטאליע איבער פאשיסטישע רעזארט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל